Vayter

פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט

‟Improved‟ in Translation

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

מיט אַ צײַט צוריק האָב איך באַמערקט, אַז אייניקע פֿון מײַנע “פֿאָרווערטס”-אַרטיקלען האָבן גענומען זיך באַווײַזן אויף רוסיש. בדרך-כּלל, זײַנען עס געווען אינטערנעץ-פּוּבליקאַציעס. אָבער ניט לאַנג צוריק האָט מיר אַ שוועסטערקינד, וואָס וווינט אין ישׂראל, געוויזן אין „סקײַפּ‟ אַ רוסישע צײַטונג, וואָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון אַן אַרטיקל מײַנעם, אויך פֿון „פֿאָרווערטס‟. אַ רוסישן טײַטש באַקומען די אַרטיקלען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו סאָוועטיש-ייִדישע סוזשעטן, און איך שרײַב גאָר ניט זעלטן וועגן אַזעלכע זאַכן.

בײַם דורכקוקן די רוסישע איבערזעצונגען, האָט זיך מיר געוואָרפֿן אין די אויגן, אַז די באַציִונג צו מײַן טעקסט איז צו מאָל געווען אַ „שאַפֿערישע‟. אָבער איך האָב זיך צוליב דעם ניט שטאַרק איבערגענומען, כאָטש עס פֿאַרדריסט אַ ביסל, פֿאַרשטייט זיך, צו זען, אַז דײַן נאָמען שטייט אונטער די ווערטער, וועלכע דו וואָלסט קיין מאָל ניט געזאָגט.

מײַן פֿאַרדראָס איז געוואָרן באַזונדערס שטאַרק, ווען איך האָב איבערגעליינט אַזעלכע ווערטער :

Среди симпатичных и толковых сотрудников редакции встречались и простые, скромные работяги – так называемые «клейнэ мэнчелэх». Такое впечатление создавал Хаим Бейдер, заместитель главного редактора журнала «Советиш Геймланд» и «великий пахарь».

ניט אַלע לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ קענען רוסיש (ווי דאָס איז געווען ניט זעלטן אין אַמאָליקע יאָרן), דעריבער ברענג איך דאָ אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון אָט די צוויי זאַצן:

„בײַנאַנד מיט סימפּאַטישע און פֿעיִקע מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, פֿלעגן זיך טרעפֿן אויך פּשוטע, באַשיידענע אַרבעטער — די אַזוי גערופֿענע „קליינע מענטשעלעך‟. אַזאַ אײַנדרוק האָט געמאַכט חיים ביידער, דער פֿאַרטרעטער פֿון הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון ‘סאָוועטיש היימלאַנד’ און אַ גרויסער האָרעפּאַשניק.”

האָב איך געשטוינט. איך זאָל צורעכענען חיים ביידערן צו די „קליינע מענטשעלעך‟? אַזוינס איז געווען אוממעגלעך. חיים ביידער איז תּמיד געווען און וועט בלײַבן פֿאַר מיר גרויס ווי אַ מענטש — ניט קיין „מענטשעלע‘. אַזאַ באַציִונג צו ביידערן איז כאַראַקטעריש פֿאַר אַלעמען, ווער עס האָט געקענט אים.

האָב איך זיך ניט געפֿוילט און אויסגעזוכט דעם אָריגינאַל (//yiddish.forward.com/articles/168608/-years-later/), וווּ עס שטייט געשריבן בזה-הלשון:

„בײַנאַנד מיט זייער סימפּאַטישע און פֿעיִקע טוער, האָב איך געזען ניט ווייניק ‘קליינע מענטשעלעך’ — דעם דאָזיקן אויסדרוק האָט זייער ליב געהאַט חיים ביידער, דער פֿאַרטרעטער פֿון הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון ‘סאָוועטיש היימלאַנד’ און אַ גרויסער האָרעפּאַשניק.‟

ווי איר זעט — עס קלינגט „אַ ביסל‟ אַנדערש.

דאָס איז אַלץ, וואָס איך האָב דאָס מאָל געוואָלט צו זאָגן.