אין משך פֿון צוויי טעג איז די רייד אויף דער אָקספֿאָרדער ייִדיש-קאָנפֿערענץ געגאַנגען וועגן קינדער-ליטעראַטור. און אויך וועגן קינדער אין ליטעראַטור, ווײַל ס’איז שווער אָפֿט מאָל דורכצופֿירן אַ גרענעץ צווישן אָט די צוויי מינים ליטעראַטור. די פֿערצן אָנטיילנעמער אַרבעטן אין זעקס לענדער: גרויס-בריטאַניע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, האָלאַנד, שוועדן און רוסלאַנד. עטלעכע מענטשן האָבן ניט געקענט קומען. אַזוי אַז דער באַנד, וואָס ס‘וועט אַרויסגיין אין קומענדיקן יאָר, וועט האָבן אַ גרעסערע צאָל קאַפּיטלען.
עס זעט אויס, אַז דאָס איז געווען די ערשטע אַקאַדעמישע צונויפֿקומעניש (לכל-הפּחות פֿון אַזאַ פֿאַרנעם), וואָס האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן מיט אָט דער טעמע. כראָנאָלאָגיש איז עס געווען אַרומנעמיק: פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור ביז די הײַנטיקע טעג. דאָס הייסט ניט בשום-אופֿן, אַז מע האָט אַרומגעכאַפּט אַלץ, צי מע האָט עס אַפֿילו געפּרוּווט צו טאָן. די אָקספֿאָרדער קאָנפֿערענצן שטעלן ניט פֿאַר זיך אַזעלכע „גלאָבאַלע‟ צילן. דער ציל איז, געוויינלעך, אַן אַנדערער: אויפֿצוּוועקן אַן אינטערעס צו עפּעס אַ פּראָבלעם, אָנטאַפּן אייניקע וועגן וואָס פֿירן אין עפּעס אַ ריכטונג. דעם סך־הכּל האָבן די אָנטיילנעמער אונטערגעצויגן אַזאַ: אַלע האָבן זיך אַ סך געלערנט פֿון די צוויי טעג. אויפֿן סמך פֿון די רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס וועלן זיך אויספּיקן די טעקסטן פֿאַרן באַנד.
צווישן די זאַכן, וועלכע איך אַליין האָב געלערנט, איז געווען אויך איין זאַכעלע, וואָס האָט בײַ מיר אַרויסגערופֿן אַ פֿאַרדראָס — אויף זיך אַליין. אַ מאָל, מיט אַריבער צוואַנציק יאָר צוריק, האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט, אויף וויפֿל איך געדענק, אין דעם ניו-יאָרקער זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, אַ רעצענזיע. דער אָביעקט פֿון מײַן דעמאָלטיקן אַנאַליז איז געווען אַ בוך דערציילונגען פֿונעם טשערנאָוויצער ייִדישן שרײַבער יוסף בורג ז”ל. דאָס בוך האָט געהייסן „אַ פֿאַרשפּעטיקטער עכאָ‟ און איז אַרויס אין יאָר 1990 ווי איינע פֿון די לעצטע ייִדישע ביכער, געדרוקט אין מאָסקווע.
האָב איך זיך דעמאָלט צוגעטשעפּעט צו עטלעכע סאָוועטיזמען אין בורגס פּראָזע. בפֿרט האָב איך אויסגעלאַכט, ווי אַ קאָמישע קאַלקע פֿון רוסיש, דאָס וואָרט „אומעטומגייען‟ (off-road vehicle), געטענהט, אַז דער מחבר האָט דאָס דאָזיקע וואָרט פּשוט גענומען פֿון דעם רוסיש-ייִדישן ווערטערבוך. אַגבֿ, יוסף בורג האָט מיר אין עטלעכע יאָר אַרום, ווען מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין דײַטשלאַנד, געזאָגט, אַז ער איז מסכּים געווען מיט מײַנע באַמערקונגען.
די טעג, בעת דער אָקספֿאָרדער קאָנפֿערענץ, האָב איך זיך דערוווּסט (אַ דאַנק דעם רעפֿעראַט פֿון ליודמילאַ שאָלאָכאָוו, וואָס פֿירט אָן מיט דער ייִוואָ-ביבליאָטעק), אַז „אומעטומגייען‟ איז גאָר ניט קיין נײַ וואָרט אין ייִדיש. אונטער אַזאַ טיטל איז אַרויס אַ קינדער-בוך נאָך אין יאָר 1933. אָט אַזאַ „פֿאַרשפּעטיקטן עכאָ‟ פֿון מײַן אַמאָליקן „מבֿינות‟ האָב איך צו מיר דערטראָגן.