אין די לעצטע צוויי יאָרצענדליק בין איך געוואָרן אַ דערפֿאַרענער „ענגלאַנד-ווײַזער‟ — כ’פֿאָר אַרום מיט די געסט, וואָס קומען צו אונדז פֿון אויסלאַנד. בדרך-כּלל קומען מענטשן אויף עטלעכע טעג, אַזוי אַז די פּראָגראַם באַקומט זיך אַ געפּרעסטע און כאַפּט אַרום נאָר די געגנטן, וועלכע געפֿינען זיך ניט ווײַט פֿון אונדז. איצט אָבער האָבן מיר געסט אויף אַ לענגערער צײַט, אַזוי אַז מע מוז זײַן מער „שאַפֿעריש‟. און דאָס איז דווקא גוט, ווײַל מיר, מײַן ווײַב און איך, האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַזעלכע ערטער, וווּ אונדז איז ניט אויסגעקומען צו זײַן אין משך פֿון אַ סך יאָרן.
זײַנען מיר, בפֿרט, געפֿאָרן קיין סאָלסבערי, וווּ אין דעם היגן קאַטעדראַל ווערט אָפּגעהיט איינע פֿון די פֿיר פֿאַרבליבענע אָריגינעלע קאָפּיעס פֿון דער „מאַגנאַ קאַרטאַ‟. אָנגענומען אין יאָר 1215, האָט „מאַגנאַ קאַרטאַ‟ געהאַט דעם ציל צו באַגרענעצן די דעספּאָטישע מאַכט פֿונעם קעניג. עס האָט במילא פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער בריטישער געזעץ-געבונג. אין צוויי יאָר אַרום, ווען מע וועט אָפּמערקן 800 יאָר זינט ס‘איז אָנגענומען געוואָרן דער דאָזיקער קאָדעקס, פּלאַנירט מען מאַכן אַן אויסשטעלונג פֿון אַלע פֿיר קאָפּיעס; די איבעריקע דרײַ ווערן אָפּגעהיט אויך אין ענגלאַנד — צוויי זײַנען אין דער בריטישער ביבליאָטעק און איינע איז אין דעם לינקאָלנער קאַטעדראַל.
אין צוויי אַרטיקלען פֿון דער „מאַגנאַ קאַרטאַ‟ גייט די רייד וועגן ייִדישע מלווים. דער ענגלישער קעניג האָט גוט פֿאַרדינט פֿון זייערע געשעפֿטן, ווײַל די „פּראָצענטניקעס‟ האָבן געמוזט צאָלן הויכע שטײַערן. דערצו האָט עקזיסטירט אַזאַ געזעץ: טאָמער אַ ייִד פֿלעגט שטאַרבן, פֿלעגט דער קעניג ווערן דער באַלעבאָס איבער די הלוואות, וועלכע דעם ייִדנס בעלי-חובֿות האָבן ניט באַוויזן אויסצוצאָלן. די „מאַגנאַ קאַרטאַ‟ האָט ניט אָפּגעשאַפֿן די דאָזיקע סיסטעם, אָבער זי האָט די סיסטעם אַ ביסל געביטן: דער חובֿ, וואָס פֿלעגט בלײַבן נאָכן טויט פֿון אַ בעל-חובֿ, האָט געמוזט אויפֿצוהערן וואַקסן. דאָס האָט גרינגער געמאַכט די דאָליע פֿון די קריסטלעכע אַלמנות און יתומים.
אין 75 יאָר נאָך אָננעמען די „מאַגנאַ קאַרטאַ‟ האָט מען אַלע (אַ פּנים, אַ פּאָר טויזנט) ייִדן אַרויסגעטריבן פֿון ענגלאַנד. דער קעניג, עדוואַרד דער ערשטע, האָט קאָנפֿיסקירט זייער האָב-און-גוטס, ווי אויך די חובֿות, וואָס די ייִדן האָבן ניט באַוויזן צונויפֿקלײַבן. אַ ייִדישער ייִשובֿ האָט זיך ווידער באַוויזן אין לאַנד נאָר אין יאָר 1657.
אַגבֿ, מיר האָבן געפֿירט אונדזערע געסט אויך צו זען די נחלה פֿון דער משפּחה ראָטשילד — די הײַנטיקע מלווים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.