ס’איז באַוווּסט, אַז ווײַסרוסלאַנד האָט זיך נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה „אויסגעצייכנט‟ מיט אַנטיסעמיטישע שטימונגען צווישן די פּאַרטיייִשע פֿונקציאָנערן פֿון דער רעפּובליק. בפֿרט האָט זיך עס געפֿילט אין דער באַציִונג צו מאַרק שאַגאַלן. אים האָט מען באַשולדיקט אין „שקלאַפֿערישער אָפּהענגיקייט פֿון דער מערבֿ-אייראָפּעיִשער דעקאַדענטישער, בורזשואַזער קולטור‟, וועלכע האָט געמוזט זײַן פֿרעמד יעדן עכטן סאָוועטישן בירגער. מע האָט אַלץ געטאָן, כּדי פֿאַרשווײַגן שאַגאַלס נאָמען און דעם „טרויעריקן‟ פֿאַקט פֿון זײַן געבוירן ווערן אין ווײַסרוסלאַנד.
אין יאָר 1987 האָט מען איבער דער גאָרער וועלט אָפּגעמערקט שאַגאַלס -100יאָריקן יובֿל. אין מאָסקווע איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, געווידמעט שאַגאַלן. דער ייִדישער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ האָט אויך פֿריִער געדרוקט מאַטעריאַלן וועגן דעם קינסטלער. דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס, האָט באַזוכט שאַגאַלן אין זײַן הויז אין סען-פּאָל דע וואַנס. הקיצור, אין מאָסקווע איז שאַגאַל געווען גאַנץ כּשר.
אין ווײַסרוסלאַנד, אָבער, האָט מען אָפּגעמערקט דעם יוביליי דורך… ניט דורכפֿירן קיין שום אויסשטעלונגען אָדער אַנדערע אונטערנעמונגען. פֿאַרקערט, מע האָט אים ווידער באַגאָסן מיט שמוץ. אין יוני 1987 האָט דער פּאַרטיייִשער קאָמיטעט פֿון דער מינסקער געגנט אָפֿיציעל אַוועקגעשטעלט, מחוץ-למחנה, אי שאַגאַלן, אי די „שאַגאַלאָמאַניע‟.
מיט וואָס זשע האָט זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט שאַגאַל, מע זאָל מוזן אַרײַנלייגן אַזוי פֿיל כּוחות אין די באַמיִונגען זיך צערעכענען מיטן קינסטלער? ניט שוין זשע וואָלט קליגער געווען צו באַרימען זיך מיט אַזאַ ווײַסרוסיש-אָפּשטאַמיקן טאַלאַנט? קיין קלאָרער ענטפֿער אויף אָט די פֿראַגעס איז מיר ניט באַקאַנט. מע קען זיך נאָר משער זײַן, אַז טיילווײַז איז עס געווען פּשוט פֿאַרבונדן מיטן פּראָווינציעלן, פֿינצטערן עם-הארצות פֿון די ווײַסרוסישע אידעאָלאָגן. גלײַכצײַטיק, איז זיי ניט אָנגעשטאַנען צו האָבן אַ ייִדן, ווי אַ סימבאָל פֿונעם קינסטלערישן דערפֿאָלג פֿון זייער לאַנד.
די דאָזיקע ווילדקייט איז שוין אַ פֿאַרגעסן זײַטל אין דער געשיכטע פֿון סאָוועטן-ווײַסרוסלאַנד. הײַנט האָט וויטעבסק אַ מוזיי, געווידמען דעם באַרימטן לאַנדסמאַן. די ביבליאָטעק פֿונעם מוזיי האָט 5000 ביכער וועגן, און „אַרום‟, שאַגאַלס לעבן און שאַפֿערישקייט. און לעצטנס, איז דאָרטן דורכגעפֿירט געוואָרן אַ קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשער פֿון עטלעכע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.