די ברידער האָבן זיך אָפּגעזעגנט און יעדער איז אַוועק מיט זײַן וועג ווײַטער — דעם סוחרס ייִנגל איז געגאַנגען אין לינקן וועג, און דעם אָרעמאַנס — אין רעכטן. גייט דעם סוחר ייִנגל און זינגט זיך אַזאַ לידל:
אַ קינד אַ קליינס די היים פֿאַרלאָזט,
געלעבט אין זאַט, אין שיינעם הויז,
און דאָך, געבענקט נאָך מאַמעס גלעט,
און איצט מיך פּרוּווט דער גורל אויס.
און דאָ הערט ער, ווי עמעצער ברומט. גייט ער צו נענטער און זעט, אַז אַ בוים איז געפֿאַלן אויף אַ בער און יענער קען זיך פֿון דעם נישט באַפֿרײַען. האָט ער גענומען אַ לאַנגן דראָנג, אַרונטערגערוקט אונטערן בוים און אים אויף אַ רגע אונטערגעהויבן. אָבער די רגע איז פּונקט גענוג געווען, אַז דער בער זאָל זיך באַפֿרײַען. „נו, — רופֿט דער בער זיך אָן צום ייִנגל, — איצט בין איך דיר שולדיק מיטן לעבן!‟ — ענטפֿערט אים דעם סוחרס ייִנגל: „אויב אַזוי, קום מיט מיר!‟ און זיי לאָזן זיך אין וועג ווײַטער. און אַזוי ווי זיי גייען, הערן זיי ווידער ווי עמעצער ברומט און רעוועט. צוגעקומען נענטער, זעען זיי, אַ טיפֿע גרוב און אונטן — אַ לייב דראַפּעט זיך אויף די ווענט און קאָן ניט אַרויסקריכן. געפֿינט דאָס ייִנגל ווידער אַ לאַנגן דראָנג און לאָזט דעם דראָנג אַראָפּ אין גרוב אַרײַן. דער לייב האָט זיך אינעם עק אָנגעכאַפּט מיט די לאַפּעס און ציין און דאָס ייִנגל מיטן בער האָבן אים אַרויסגעשלעפּט. „נו, — האָט געזאָגט דער לייב, — דו האָסט מיר געראַטעוועט דאָס לעבן. איצט בין איך גרייט צו גיין נאָך דיר און וואַסער און אין פֿײַער!‟ און זיי האָבן זיך געזאָלט ווײַטער מיט זייער וועג, שוין זאַלבע־דריט: דאָס ייִנגל, דער בער און דער לייב. ס’האָט אָנגעהויבן צופֿאַלן די נאַכט, ווען זיי זײַנען אַרײַנגעקומען אין דער שטאָט אוריִעוו. זעען זיי, אַז קיין איין לעבעדיק פֿײַערל ברענט נישט אין די פֿענצטער. שטאָק־פֿינצטער, און די אײַנוווינער גייען אַרום איבער דער גאַס און וויינען. האָט דאָס ייִנגל אָנגעהויבן פֿרעגן, וואָס איז דאָ געשען. האָט מען אים דערציילט, אַז ניט ווײַט פֿון דער שטאָט, אין אַ הייל, וווינט אַ כּישוף־מאַכער, וואָס ער האַלט שוין די שטאָט פֿינצטער 40 יאָר און וויל ניט מאַכן ליכטיק.
דערהערט אַזאַ זאַך, האָט דער בחור זיי פֿאַרזיכערט, אַז באַלד וועט ער, מיט זײַנע פֿרײַנד גיין צום כּישוף־מאַכער און מאַכן צו דעם אַ סוף. האָבן אים די אײַנוווינער געוויזן דעם וועג וווּ צו גיין צו דער הייל, און ער איז מיט די חיות אַוועק אַהין. זיי האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער הייל און דערזען, ווי בײַ אַ שטיינערנעם טיש, אָנגעבויגן איבער אַ ספֿר, איז געזעסן אַ זקן, מיט אַ לאַנגער, ווײַסער באָרד. דערזען די אומפֿאַרבעטענע געסט, פֿרעגט ער: „וואָס ווילסטו, מײַן קינד?‟ זאָגט דאָס ייִנגל: „איך וויל, זאָלסט מאַכן ליכטיק אין שטאָט‟. רופֿט זיך אָן דער זקן: “גוט, כ’וועל מאַכן ליכטיק, אָבער פֿריִער דאַרפֿסטו נאָכגעבן מײַן פֿאַרלאַנג.‟ — „וואָס איז דײַן פֿאַרלאַנג?‟ — פֿרעגט דאָס ייִנגל. ענטפֿערט דער זקן: „שלעפּ אַרויס דײַן שיין העמד פֿון די הויזן און רײַס אַרויס פֿון דײַן פּופּיק דרײַ האָר, וועט באַלד ווערט ליכטיק אין שטאָט‟. האָט דאָס ייִנגל פּונקט אַזוי געטאָן. ווי נאָר ער האָט אַרויסגעריסן דאָס דריטע הערל, איז ער מיט די חיות פֿאַרגליווערט געוואָרן און זיי האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין שטיינער. דער אַלטער כּישוף־מאַכער האָט פֿאַרלוירן אַ שמייכל אין זײַן באָרד אַרײַן און זיך געזעצט לערנען ווײַטער.
דערווײַל איז דער צווייטער ברודער אַרײַנגעקומען אין דער שטאָט בענדער. זעט ער, ווי די אײַנוווינער גייען אַרום פֿאַרזאָרגט. האָט ער אָנגעהויבן פֿרעגן: „וואָס איז דאָ אין שטאָט אַזאַ מרה־שחורה?‟ האָט מען אים דערציילט, אַז דאָ נישט ווײַט פֿון בענדער איז דאָ אַ באַרג. אַלע יאָר אין דער צײַט קומט אַהין אַ ריז מיט צוועלף קעפּ און די אײַנוווינער מוזן אים אַהין ברענגען אַ מיידל, אַנדערש וועט ער פֿאַרברענען די גאַנצע שטאָט. דאָס יאָר איז דער גורל געפֿאַלן אויפֿן רבינס טאָכטער — אַ בת־יחידה, אַ יפֿת־תּואר! האָט דאָס ייִנגל זיך אָנגערופֿן: „גוט, איך וועל זי ראַטעווען‟. איין קלייניקייט, ער האָט ניט קיין שווערד. איז מען באַלד געלאָפֿן צום בעסטן קאָוואַל אין שטאָט און יענער האָט אים שוין אויסגעמײַסטרעוועט יענעם שווערד, נאָר צו האַקן און בראָקן די שׂונאי־ישׂראל.
איז דאָס ייִנגל מיטן שווערד אַוועקגעגאַנגען צום באַרג און זיך געשטעלט אויפֿן סאַמע שפּיץ צו וואַרטן דעם ריז. ס’האָט ניט גענומען לאַנג, זעט ער, עס גייט צום באַרג דער ריז. איז דאָס ייִנגל אַראָפּ פֿונעם באַרג אַנטקעגן דעם ריז און אים גלײַך אָפּגעהאַקט אַלע צוועלף קעפּ. דערנאָך האָט ער אים אָפּגעשניטן זײַנע צינגער, זיי אײַנגעוויקלט אין אַ פֿאַטשיילע און זיי געבראַכט אין שטאָט אַרײַן. איז שוין געשטאַנען אַ גדולה, מ’האָט געטאַנצט און געזונגען, און דעם ריזס צינגער האָט מען געוואָרפֿן די הינט צו עסן, האָבן זיי שוין פֿאַרשפּאָרט צו האַווקען אַ גאַנצע וואָך.
מער פֿון אַלע האָבן זיך אַוודאי געפֿרייט דער רבי מיט דער רביצין. זיי זײַנען שוין געווען גרייט אָפּגעבן די טאָכטער פֿאַרן בעלצער בחור, כאָטש ער איז ניט פֿון אַ גרויסן ייִחוס. דעם אָרעמאַנס ייִנגל האָט אָבער געזאָגט, אַז ער איז ניט קעגן, אָבער די צײַט איז נאָך ניט געקומען. ער מוז גיין געפֿונען זײַן ברודער, ווײַל ער האָט עפּעס אַ שלעכט פֿאָרגעפֿיל. און ער איז אַוועקגעגאַנגען צום סלופּ, צום אָרט, וווּ זיי האָבן זיך צעשיידט.
ער קומט צום סלופּ, שלעפּט אַרויס דאָס מעסערל און… זײַן האַרץ האָט אים ניט אָפּגענאַרט, די שאַרף איז פֿאַרזשאַווערט געוואָרן. הייבט ער אָן אויסצופֿרעגן און זוכן, ביז ער איז אַרײַנגעקומען אין דער שטאָט אוריִעוו. זעט ער דאָס זעלבע בילד, וואָס זײַן ברודער האָט געזען. פֿינצטער — חושך, און די מענטשן גייען אַרום און וויינען. וואָס איז? דערציילט מען אים שוין די די שיינע מעשׂה וועגן דעם כּישוף־מאַכער. און דאָ רופֿט זיך איינער אַ ייִד אָן: „עפּעס דערמאָנט מיר דײַן פּנים יענעם בחור, וואָס האָט אונדז צוגעזאָגט צו ברענגען ליכט…‟ האָט שוין דאָס ייִנגל אַלץ פֿאַרשטאַנען און געבעטן אים ווײַזן דעם וועג צו דער הייל.
ווען ער איז אַרײַנגעגאַנגען צום כּישוף־מאַכער, האָט ער גלײַך אויסגעשריִען: „מאַך ליכטיק אין שטאָט, אַניט וועל איך האַלטן מיט דיר אַ מלחמה!‟ האָט אים דער זקן געהייסן צו טאָן דאָס זעלבע, וואָס ער האָט געזאָגט דעם ערשטן ייִנגל, דהײַנו: אַרויסצורײַסן דרײַ האָר פֿונעם פּופּיק.
דאָ איז דאָס אָרט צו זאָגן, אַז דעם קבצנס ייִנגל האָט בײַם ריז אָפּגעשניטן ניט נאָר די צונגען, נאָר אויך אַרויסגעריסן בײַ אים פֿונעם פּופּיק אַ בינטל האָר, אויף מאַלע וואָס. איצט דערהערט פֿונעם כּישוף־מאַכער זײַן פֿאַרלאַנג, האָט ער אַרויסגעכאַפּט פֿון דער קעשענע דאָס בינטל האָר און עס אַ וואַרף געטאָן אַנטקעגן דעם כּישוף־מאַכער. און תּיכּף־ומיד האָט אַ דונער געטאָן, דער זקן איז פֿאַרשוווּנדן און די שטיינער אַרום האָבן זיך אָנגעהויבן צעשיטן, ווי אַ ליימענער טאָפּ. דאָס ייִנגל קוקט זיך אום — עס שטייט פֿאַר אים זײַן ברודער און לעבן אים אַ בער און אַ לייב. זיי האָבן זיך אַרומגענומען, און זיך געגעבן דאָס וואָרט, אַז מער וועלן זיי זיך שוין קיין מאָל ניט צעשיידן.
זיי האָבן זיך בשלום אומגעקערט אַהיים; אָבער זיך לאַנג בײַ די עלטערן ניט פֿאַרהאַלטן. זיי ביידע, צוזאַמען מיטן בער און לייב, זײַנען געוואָרן אַרטיסטן אין צירק און מהנה געווען קליין און גרויס.
יאָ, פֿון דער הייל האָבן זיי מיט זיך פֿאַרכאַפּט דעם ספֿר, וואָס דער אַלטער כּישוף־מאַכער האָט געלאָזט אויפֿן שטיינערנעם טיש. דער ספֿר האָט זיך לאַנגע יאָרן געפֿונען אין בעלץ, אינעם שנײַדערישן קלײַזל, ביז די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן. דעמאָלט איז שוין אַלץ פֿאַרברענט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.