אין אַ קליין שטעטל לעבן אָדעס האָט געוווינט אַ ייִדיש שנײַדערל — אַ קליינס, אַ דאַרס, אַ פֿאַרשמאַכטס. קיין גרויסע מיליאָנען פֿון אַרויפֿלייגן אַ לאַטע האָט ער נישט געמאַכט, האָט דאָס שנײַדערל אויך ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרלירן. אויב אַזוי, וואָס וועט ער זיצן אין זײַן שטעטל, אַז צו אָדעס איז אַ קאַצנשפּרונג. אפֿשר וועט ער דאָרט קריגן אַ שטעלע, פֿאָרט אַ גרויסע שטאָט, רײַבט מען מער אויס די הויזן. געטראַכט און געטאָן.
איז דאָס שנײַדערל אַראָפּגעקומען אין דער גרויסער שטאָט אָדעס און זיך אָנגעהויבן דרייען איבער די גאַסן זוכן אַרבעט. וואַרפֿט זיך אים אין די אויגן אַ גרויסע וויוועסקע1: “מוזשעסקי פּאָרטנוי”.2 האָט ער זיך דערפֿרייט: ס’איז פּונקט וואָס ער דאַרף! אַזאַ שנײַדער ווי ער, איז אויך אין אָדעס ניט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט. לאָזט זיך אויס, אַז דער וואַרשטאַט געפֿינט זיך אויפֿן צענטן גאָרן. פֿאָלג מיר אַ גאַנג, האַ? אָבער קיין אַנדער ברירה האָט ער דאָך ניט געהאַט. גענומען די פֿיס אין די הענט, האָט דאָס שנײַדערל זיך געלאָזט מיט די טרעפּ אַרויף.
צום צענטן גאָרן האָט ער זיך דערשלעפּט שפּעט פֿאַר נאַכט, און אַז ער האָט געעפֿנט די טיר פֿון דער דעם אַטעליע, איז ער באַלד אַוועקגעפֿאַלן פֿון מידקייט. האָט מען אים באַלד אָנגעהויבן דערמינטערן און געפֿרעגט, וואָס ער וויל. זײַנע ערשטע ווערטער זײַנען געווען: “גיט מיר עפּעס עסן, ווײַל איך בין פֿאַרחלשט‟. האָט מען אים געגעבן; עסט ער און ברומט זיך אונטער דער נאָז: “מע דאַרף דאָך זײַן פֿריש, געזונט און משוגע צו מאַכן אַ וואַרשטאַט אזוי הויך. אויפֿן ערשטן גאָרן וואָלטן די לאַטעס זיך געלעגט ערגער?‟
רופֿט זיך אָן דער באַלעבאָס: “וואָס גייט עס דיר אָן?‟
ענטפֿערט דאָס שנײַדערל: “וואָדען! רײַסן יעדן טאָג די פֿיס אַרויף צו דער אַרבעט…‟
צעשמייכלט זיך דער באַלעבאָס: “גוט, שלאָף דאָ איבער די נאַכט און אין דער פֿרי וועסטו זיך זעצן צו דער אַרבעט”.
דאָס שנײַדערל האָט זיך אויסגעטאָן און זיך געלייגט שלאָפֿן. פֿאַרטאָג, פֿינף אַ זייגער, וועקט מען אים שוין צו דער אַרבעט. כאַפּט ער זיך אויף, טוט אָן די הויזן מיט די שיך, וואַשט זיך אָפּ און זעצט זיך צו דער אַרבעט. גיט אים דער באַלעבאָס אַ זשילעט צו נייען און זאָגט אים אָן, אַז דער זשילעט דאַרף פֿאַרטיק ווערן וואָס גיכער, און איז אַוועקגעגאַנגען.
האָט דאָס שנײַדערל זיך גענומען צו דער אַרבעט. אין בויך האָבן זיך צעשפּילט אַלע קישקעס, און צו שטילן דעם הונגער, האָט דאָס שנײַדערל פֿאַרצויגן אַ לידל:
שוסטער, שנײַדער, בעל־מלאָכות —
אַלע אויף איין שטייגער:
כאַפּט זיי אָן אַ מין קדחת
ביז האַלב דרײַ אַ זייגער…
אַזוי האָט דאָס שנײַדערל אָפּגעאַרבעט פֿון פֿינף פֿאַר טאָג ביז דרײַ אַ זייגער. פֿילט ער, אַז דאָס האַרץ קלעמט אים. טראַכט ער בײַ זיך: “שוין צײַט עפּעס איבערצובײַסן.‟ אין שטובֿ איז אָבער קיינער נישט געווען, איז ער צוגעגאַנגען צום שאַפֿקעלע צו געפֿינען עפּעס צו עסן. זעט ער אַ שטיקל פּיסנע3 ברויט און אַ סלוי פּאָווידלע. גענומען די פּאָווידלע, אָנגעשמירט אויפֿן ברויט — וואָס קען זײַן געשמאַקער?! דערווײַל טראַכט ער: “אַ האַלב שטיקל ברויט מיט פּאָווידלע וועל איך אויפֿעסן איצט, און דאָס רעשט — נאָכן פֿאַרענדיקן די אַרבעט.‟ געזאָגט און געטאָן.
נייט ער און הערט ווי די פֿליגן זשומען. קוקט ער זיך אום אויפֿן ברויט מיט פּאָווידלע, איבערגעלאָזט אויפֿן טיש, און ס’ווערט אים פֿינצטער אין די אויגן. הייבט ער אָן שרײַען פֿון כּעס: “אַ גוט מאָרגן אײַך, מײַנע ליבע געסט! האָב איך אײַך געבעטן איר זאָלט קומען צו מיר? ווער האָט געשיקט נאָך אײַך? וואַרגן זאָלט איר זיך פֿון מײַן פּאָווידלע! אַנו, אַוועק פֿון דאַנען!‟
נו, האָבן אים דען די פֿליגן עפּעס געפֿאָלגט? פֿאַרשטייען זיי דען, וואָס מע רעדט צו זיי? האָבן זיי זיך ווײַטער געטאָן זייער אַרבעט. געזען, אַז זיי הערן אים ניט, איז שוין דאָס שנײַדערל געוואָרן אויסער זיך. כאַפּט ער דעם זשילעט, גיט אים אַ וואָרף אויף דער ערד און הייבט זיך אָן פֿאַרקאַטשען די האַרבל אויפֿן העמד. אויסגעפֿונען אַ מאָמענט, גיט ער אַ זעץ אויפֿן שטיקל ברויט מיט פּאָווידלע מיטן גאַנצן שנײַדערישן כּוח.
אַראָפּגעכאַפּט די האַנט פֿון דער פּאָווידלע, זעט ער, אַז ער האָט דערהרגעט זיבן פֿליגן מיט איין זעץ. פֿאַרוווּנדערט זיך דאָס שנײַדערל און זאָגט: “מיט איין זעץ זיבן דערהרגעט! בין איך דאָך עפּעס גאָר אַ געזונטער! אַ גיבור! קען איך דאָך גיין, וווּ איך וויל און פֿאַר קיינעם מורא ניט האָבן. טאָ וואָס זשע שטיי איך דאָ?‟
און אָט גייט שוין דאָס שנײַדערל איבער די גאַסן און פֿײַפֿט זיך צו, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן גיבור. דערווײַל זעט ער אַ גרויסע קלייט. ער גייט אַרײַן אין דער קלייט, קויפֿט זיך אַ רויטן גאַרטל און נייט אויס אויפֿן גאַרטל מיט גרויסע רוסישע אותיות: “איין זעץ — זיבן טויטע!” און אַזוי שפּאַצירט ער זיך ווײַטער איבער די אָדעסער גאַסן און אַלע אַרום קוקן אויף אים, לייענען דעם אויפֿשריט אויפֿן גאַרטל און רוקן זיך אָפּ אין אַ זײַט. אין אָדעס האָט מען שוין טאַקע געזען אַ סך גיבורים, אָבער אַזאַ גיבור — “איין זעץ — זיבן טויטע!‟
פּאַרבײַגייענדיק דעם שיינעם פּאַלאַץ, וווּ ס’האָט געוווינט דער גראַף וואָראָנצאָוו מיט זײַן גאַנצן הויזגעזינד, האָט אים דערזעו דער סאָלדאַט, וואָס איז געשטאַנען אויף דער וואַך בײַם טויער. איבערגעלייענט די ווערטער אויפֿן רויטן גאַרטל, איז ער אַרײַנגעלאָפֿן אין פּאַלאַץ און האָט דערציילט דעם גראַף, אַז אין דער שטאָט האָט זיך באַוויזן אַ גרויסער גיבור. האָט דער גראַף געהייסן אָפּדרוקן אין אַלע אָדעסער גאַזעטן4, אַז ווער עס וויל זיך פֿאַרשרײַבן צו דינען בײַ אים, וועט קריגן באַצאָלט.
דאָס שנײַדערל האָט גראַדע געקויפֿט אין יענעם טאָג אַ בלאַט און איבערגעלייענט דעם גראַפֿס מעלדונג. האָט ער זיך געטראַכט: “געלט האָב איך ניט. וווּ צו שלאָפֿן האָב איך אויך ניט. נאָר געזונט בין איך, טאָ וואָס זשע האָב איך דאָ אָנצוּווערן? כ’וועל גיין דינען!‟ געזאָגט און געטאָן.
קומט ער אַרײַן צום גראַף וואָראָנצאָוו, האָט יענער גלײַך דערזען מיט וועמען ער האָט צו טאָן און פֿאַרשריבן דאָס ייִדישע שנײַדערל צו זײַן אַ סאָלדאַט. אָבער ווען די סאָלדאַטן האָבן זיך דערוווּסט וואָס ס’איז בײַ אים אָנגערשריבן אויפֿן גאַרטל, האָבן זיי זיך איבערגעשראָקן און זיך אָנגעהויבן צלמען. איז דער עלטערער פֿון זיי געלאָפֿן צום גראַף און אים געזאָגט, אַז אויב מע וועט פֿון זיי ניט אַוועקנעמען דעם גיבור, וועלן זיי זיך אַלע צעלויפֿן. האָט דער גראַף געזאָגט: “גוט, כ’וועל אים ערגעץ פֿאַרשיקן, ער זאָל שוין קיין מאָל מער ניט צוריקקומען”. און ער האָט געשיקט רופֿן דאָס שנײַדערל צו זיך אין פּאַלאַץ. איז דאָס שנײַדערל אַרײַנגעקומען.
רופֿט זיך צו אים אָן דער גראַף: “אָט דאָ ניט ווײַט אין וואַלד, איז דאָ אַ ווילדער אָקס, טוט ער מיר אָן אַ סך שאָדן. אויב דו וועסט אים בײַקומען, מאַך איך דיך פֿאַר אַ גענעראַל.” אַ ברירה האָט ער. האָט זיך דאָס שנײַדערל אויפֿגעהויבן, גענומען אַ שטריק און איז אַוועק אין וואַלד אַרײַן. ער גייט און גייט, און ווי זײַן שטייגער איז, זינגט ער זיך אַ לידל:
אַ סאָלדאַט טאָר זיך ניט שעמען,
ער מוז ניט אַראָפּלאָזן די אויגן;
ער מוז אַלעס צונעמען,
וואָס פֿאַר אים טוט נאָר טויגן…
ווי נאָר דאָס שנײַדערל איז אַרײַנגעגאַנגען אין וואַלד, האָט אים דער ווילדער אָקס דערזען און גענומען אים נאָכלויפֿן. האָט זיך דאָס שנײַדערל אַרויפֿגעדראַפּעט אויף אַ בוים, און דער אָקס, לויפֿנדיק נאָך אים, איז אין זײַן ווילדקייט אַרײַנגעפֿאָרן מיט די הערנער אינעם בוים אַרײַן. אַזוי איז ער שוין געבליבן שטעקן. האָט דאָס שנײַדערל פֿאַרצויגן דעם שטריק אויפֿן האַלדז פֿונעם אָקס און אים דערוואָרגן.
דער גראַף האָט דערזען דאָס שנײַדערל צוריקקומען, האָט ער זיך אַ טראַכט געטאָן: “אַז וויפֿל סאָלדאַטן איך פֿלעג שיקן צו דערהרגענען דעם ווילדן אָקס, פֿלעג פֿון זיי קיינער צוריק ניט קומען לעבעדיק. און דאָ האָט דאָס שנײַדערל איינער אַליין זיך ספּראַוועט! פֿאַרפֿאַלן, איך וועל אים מוזן מאַכן פֿאַר אַ גענעראַל.‟
בײַ נאַכט, ווען דער פֿריש־אָפּגעבאַקענער גענעראַל איז אַ טויט־מידער געשלאָפֿן, האָט זיך אים צוגעחלומט אַ מחנה פֿליגן, וועלכע האָבן זיך אַרומגעדרייט אַרום אַ סלוי פּאָווידלע. האָט ער אָנגעהויבן שרײַען פֿונעם שלאָף אויף ייִדיש: “אַ גוט מאָרגן אײַך, ליבע געסט! גייט אײַך אַוועק מיט גוטן! מוטשעט מיך ניט, ווײַל איך דאַרף ענדיקן דעם זשילעט, עסט ניט מײַן פּאָווידלע, גזלנים!‟
ווי עס קומט יעדן גענעראַל, איז בײַם שלאָף־צימער פֿון אונדזער גענעראַל אויך געשטאַנען אַ סאָלדאַט בײַ דער טיר און באַוואַכט זײַן שלאָף. דערהערט די רייד, האָט ער זיך אָנגעשראָקן און איז געלאָפֿן גלײַך צום גראַף אים צוטראָגן, אַז דער גענעראַל רעדט בײַ נאַכט מיט עמעצן אויף אַן אומבאַקאַנטער שפּראַך. דער גראַף האָט גלײַך געמאַכט אַן אויספֿיר, אַז דאָס ייִדישע שנײַדערל איז ניט אַבי ווער, נאָר אַ שפּיאָן, אַרײַנגעשיקט קיין אָדעס פֿון די טערקן. און ער האָט געזאָגט דעם סאָלדאַט אַזוי: “די אַנדערע נאַכט, אַז דו וועסט ווידער הערן דעם גענעראַל רעדן פֿון שלאָף, זאָלסטו מיר קומען זאָגן, וועל איך אַרײַנשיקן 25 סאָלדאַטן זיי זאָלן אים בינדן און שיסן‟.
גאַנץ פֿרי איז דער גראַף אַרײַנגעגאַנגען אין קאַזאַרמע און האָט אַליין אויסגעקליבן 25 סאָלדאַטן — די סאַמע געטרײַסטע און דרייסטע. שטעלט זיך פֿאָר, אַז צווישן די 25 סאָלדאַט איז געווען איין ייִד אויך. בײַ טאָג איז ער בשתּיקה צוגעגאַנגען צום שנײַדערל און האָט אים אַלץ דערציילט, וואָס דער גראַף האָט פֿאַרטראַכט. אַ ייִד פֿאַר אַ ייִד דאַרף זיך אָננעמען. האָט דאָס שנײַדערל געזאָגט: “גוט, ברודער, כ’וועל שוין זען מיך צו פֿאַרהיטן‟.
ס’איז געקומען די נאַכט, מע לייגט זיך שלאָפֿן, האָט זיך דאָס שנײַדערל איבערגעדעקט מיט דער קאָלדרע איבערן קאָפּ און האָט אָנגעהויבן רעדן אַזוי ווי נעכטן, אָבער ער איז שוין ניט געשלאָפֿן. גאָר אין גיכן הערט ער, ווי עס מאַכט זיך אויף די טיר און עס שטעלן זיך אַרײַן 25 סאָלדאַטן אים צו בינדן און צו שיסן. גיט ער זיך אַ דעק אויף און אַ געשריי אויף אַ הויך קול: “וווּ זענײַט איר, פֿינף־און־צוואַנציק פּחדנים! פֿאַר אײַך זאָל איך מורא האָבן? אַז אַ ווילדן אָקס האָב איך דערוואָרגן, ווי אַ הינטל! אַנו, קריכט אַרויס פֿון די ווינקלען!‟
אַז די סאָלדאַטן האָבן דערהערט אַזעלכע ווערטער, האָב זיי אַוועקגעוואָרפֿן זייערע ביקסן און געשטעלט די פֿיס. וואָס מיינט איר האָט געטאָן דאָס שנײַדערל? זיך געלייגט שלאָפֿן ווײַטער. אין דער פֿרי איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין קאַזאַרמע, אַרויסגענומען דעם ייִדישן סאָלדאַט און מיט אים פֿאַרלאָזט די שטאָט אָדעס. אַזוי זײַנען זיי שוין ביידע געגאַנגען און געזונגען דאָס אַלטע סאָלדאַטישעסקיע ליד:
אויפֿן ים בלאָזט אַ ווינט,
די שיף טוען די כוואַליעס שלאָגן;
אין מײַן האַרצן איז אַ גרויסע זינד,
איך קען פֿאַר קיינעם דעם סוד ניט זאָגן…
1) וויוועסקע — שילד
2) “מוזשעסקי פּאָרטנוי‟ — מענערישער שנײַדער
3) פּיסנע — הויל ברויט אָן עפּעס נאָך
4) גאַזעט(ן) — צײַטונג(ען
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.