Vayter

פֿופֿצן סימפּאָזיומס פֿון ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד

  • Print
  • Share Share

אָנהייב סעפּטעמבער איז צום 15טן מאָל דורכגעפֿירט געוואָרן דער סימ­פּאָזיום פֿון ייִדישע שטודיעס אין דײַטש­לאַנד. הײַיאָר איז עס פֿאָרגעקומען אין דיסעלדאָרף. אַזוי גייט עס יאָר-אײַן יאָר-אויס: דער דיסעלדאָרפֿער אוני­ווער­סיטעט און דער טרירער אוני­ווערסיטעט, וווּ עס באַזירן זיך די הויפּט-צענטערס פֿאַר ייִדיש-פֿאָרשונג, פֿירן דורך דעם סימפּאָזיום לויט אַ ריי. איניציִיִרט האָבן די דאָזיקע אַקאַ­דעמישע אונטערנעמונג די פּראָפֿעסאָרן עריקאַ טים און מאַריאָן אַפּטרוט. צום ערשטן מאָל האָט מען זיך צונויפֿ­געקליבן אין יאָר 1998.

עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו רעדן וועגן דעם סימ­פּאָזיום ווי אַ ריין דײַטשישן אַקאַדעמישן פֿאָרום פֿאַר די לײַט, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט “ייִדיסטיק” — אַזוי רופֿט מען אויף דײַטש דעם דאָזיקן געביט פֿון וויסנשאַפֿט. למשל, הײַיאָר זײַנען צווישן די רעדנערס געווען געלערנטע פֿון דער שווייץ, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, פּוילן, האָלאַנד, גרויס-בריטאַניע און ליטע. בכלל, די אַקאַדעמישע צונויפֿקומענישן אין דיסעלדאָרף און טריר זײַנען געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן קאַלענדאַר.

הײַנטיקס יאָר, אין סעפּטעמבער, האָבן פֿאָרשער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור באַקומען אַן אמתע מתּנה: די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סימפּאָזיום האָבן צוגעגרייט און אַרויסגעגעבן אַ גרויסן באַנד, וואָס הייסט “לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט”. דער באַנד טראָגט דעם נומער איינס — מע זאָגט צו צו פֿירן די סעריע ווײַטער.

דאָס בוך איז צונויפֿגעשטעלט פֿון 32 אַרטיקלען, אָנגע­שריבן אויף ייִדיש, דײַטש אָדער ענגליש. די מחברים שטעלן פֿאָר אַ מין “ייִדיסטישן” אינ­טער­נאַציאָנאַל: דײַטשלאַנד, פּוילן, פֿראַנ­קרײַך, קאַנאַדע, ישׂראל, דענמאַרק, שוועדן, האָ­לאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווי אויך די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די שווייץ. צוויי אַרטיקלען אין דעם באַנד זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער גע­שיכטע פֿון דער צײַטונג “פֿאָר­ווערטס”. יאַן שוואַרץ באַטראַכט די אַמע­ריקאַנער ליטעראַרישע קאַריערע פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער. ער קומט צום אויספֿיר, אַז ס’איז איבערגעטריבן געוואָרן די אָפּגעריסנקייט פֿון באַ­שעוויס-זינגערן פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון זײַן צײַט. אין אַ היפּשער מאָס האָבן זײַנע שאַפֿונגען, בפֿרט די וואָס ער האָט אָנגעשריבן נאָכן חורבן, געטראָגן דעם זעלבן כאַראַקטער ווי די ווערק פֿון זײַנע קאָלעגן פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן צעך. אין דער פֿריִערדיקער תּקופֿה פֿון זײַן שאַפֿערישן וועג האָט אַ שטאַרקע השפּעה אויף אים געהאַט זײַן עלטערער ברודער, י. י. זינגער.

אינטערעסאַנט און וויכטיק איז אויך יאַן שוואַרצעס פֿאַרגלײַך פֿון ייִדישע און ענגלישע נוסחאָות פֿון באַשעוויס-זינגערס ווערק. דער ליטעראַטור-פֿאָר­שער (דר. שוואַרץ אַרבעט איצט אין שוועדן, אין דעם אוניווערסיטעט פֿון לונד) קומט צום אויספֿיר, אַז דער קלאַסיקער פֿון מאָדערנער ייִדישער לי­טעראַטור האָט זיך אָפֿט מאָל באַצויגן ניט גענוג ערנסט צו די ערשטע — אויף ייִדיש — פּובליקאַציעס פֿון זײַנע ווערק, וואָס פֿלעגן זיך באַווײַזן אין דער צײַטונג “פֿאָר­ווערטס”. אַ סך ערנסטער, מיט מער התמדה האָט ער געאַר­בעט, בדרך-כּלל צוזאַמען מיט איבערזעצערס, בײַם אויס­פֿאַרטיקן די ענגלישע נוסחאָות. די דאָזיקע צעצווייוּנג אין זײַן שאַ­פֿע­רישקייט וואַרפֿט זיך באַזונדערס שטאַרק אין די אויגן, ווען אויף ענגליש גייען אַרויס איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, געמאַכט שוין נאָך דעם מחברס טויט, אָן זײַנע אייגענע פֿאַר­בעסערונגען.

זלמן ווענדראָף

דער העלד פֿון גענאַדי עסטרײַכס פֿאָרשונג איז, ניט צו פֿאַרגלײַכן, ווייניקער באַקאַנט איידער יצחק באַשעוויס-זינגער. אין די 1920ער יאָרן איז זלמן ווענדראָף, אַ סאָוועטישער בירגער, געווען דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג “פֿאָרווערטס”. די געשיכטע פֿון זײַן מיטאַרבעט מיט דער צײַטונג, וואָס איז געווען באַקאַנט ווי אַן אַנטי-סאָווע­טישע טריבונע, שפּיגלט אָפּ די קאָמפּליצירטע באַציִונגען פֿון אויסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס מיט דער סאָווע­טישער מאַכט. ס’איז וויכטיק, אַז אין די 1920ער יאָרן איז אין אויסלאַנד נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַר­לוירן געוואָרן אַ האָפֿענונג, אַז דער סאָוועטישער רעזשים וועט ווערן בעסער, מער דעמאָקראַטיש.

אין די 1930ער יאָרן און שפּעטער, איז זלמן ווענדראָף געווען אַ ווייניק-באַקאַנטער ייִדישער פּען-מענטש. ער האָט מער איבערגעזעצט אויף ייִדיש, איידער געשריבן אייגע­נע ווערק. אַ ביסל מער באַ­וווּסט איז ער געוואָרן אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, ווען אים איז אויסגעקומען צו שפּילן די בכּבֿודיקע ראָלע פֿון דעם עלטסטן סאָווע­טיש-ייִדישן שרײַבן. מיטן “פֿאָר­ווערטס” האָט ער שוין מער ניט מיטגעאַרבעט. אייניקע זײַנע נאָטיצן האָבן זיך געדרוקט אין דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג “מאָרגן-פֿרײַהייט”. אַ צאָל דער­ציילונגען פֿון ווענדראָפֿן קען מען איבערלייענען אויך אויף ענגליש: אין 2004 איז אַרויס אַ זאַמלבוך, וואָס הייסט When it comes to living.