Through Riki‘s Eyes

אוי, די קורצע פֿרײַטיקן!

OMG, Those Short Fridays!

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ווינטער, פרייטאג נאכמיטאג. גאר אן אנגעצויגענער טאג. דער קורצער פרייטאג איז ממש א קללה ארויפגעווארפן אויף אונז, לעצט־מינוטיגע בעל הבית׳טעס. (אוודאי קיינמאל קיין ערגערס). נאך דערצו פאר די פון אונז קאריערע־פרויען וואס ארבעטן נאך פרייטאג אויך.

אקיי, איר זענט גערעכט. מיין ארבעט איז נישט פינקטליך אין דער קאריערע־קאטעגאריע, עס ברענגט פשוט ברויט צום טיש… און קינדער האב איך נישט. אבער עס איז מיר נאך אלץ אן אנגעצויגענער זמן. אפילו אויב, לאמיר זאגן, איך בין פון די מזלדיקע מענטשן וואס האבן א רוימערקע וואס רייניגט די פאדלאגע, דעם בית הכסא און אלע געשיר, איז דאס נאך אלץ זייער ווייניג צייט.

יא, איך ווייס מען קען אנהויבן מיט די הכנות שוין מיטוואך און דאנערשטאג און אפילו דינסטאג. וויפל מאל איך נעם זיך קאכן פון פריער, פאל איך אבער כסדר דורך. די טבע פון א מענטש איז זייער שווער צו טוישן און מיין געוואוינהייט איז אלעס צו טאן אין דער לעצטע מינוט. טראץ דעם וואס מיר אידן זענען למעלה מן הטבע איז נאך אלץ למעשה די געוואוינהייט זייער שווער ארויסצורייסן פון א מענטש. מען קען ארבעטן יארן דערויף און גארנישט אויפטאן.

קומט אן דער אנגעצויגענער פרייטאג און די נערוון ווערן מיר שיער נישט געפלאצט. ביז איך קום אן אהיים פון דער ארבעט איז שוין צוויי און א האלב שעה צום זמן. במשך פון דער צייט דארף אלץ שוין ווערן געקאכט און געבאקן, גערוימט און גערייניגט, און מע דארף נאך כאפן א הייסן שפּריץ אויך. עס איז פיזיש ממש נישט מעגליך. אבער ווי נישט ווי, צום סוף באווייזט מען אלץ ביים צווייטן גלאק אדער אמאל צו שקיעה. (אין די היימישע געגנטן ערב שבת קלינגט מען צוויי מאל א גלאק צו לאזן וויסן אז ס’איז צייט צו בענטשן ליכט.) עס איז אזוי ווי אין די אלטע צייטן ווען דער ביהמ״ק (בית־המיקדש) האט זיך על־פי־נס אויסגעשפרייט און דערביי געמאכט פלאץ פאר יעדן. אזוי געשעט מיט דעם קורצן פרייטאג. אבער דער דרוק וואס דאס לייגט אויף מיר, און איך בין זיכער אויף נאך א סך אידענעס, ספעציעל מאמעס פון קינדער, איז זייער א שווערע און אן אנגעצויגענע.

„יאסעלע, דבורה משכת, בריינדעלע, גייטס ארויס שפילן אז מאמי זאל קענען ענדיגן צוגרייטן אויף שבת!”

גייען די קינדער ארויס שפילן מיט שניי. מען מאכט א שניי מענטש און א שניי הייל ביז מ׳ווערט ממש פארפרוירן. לויפט מען אריין אין הויז, מיטברענגענדיג די גאנצע מאראסט מיט שניי מיט זיך און מ׳דארף ווידעראמאל וואשן די פאדלאגע.

צוויי שעה פאר ליכטבענטשן קומט דער טאטע אהיים אנגעצויגן און אויסגעמוטשעט פון א שווערער וואך ארבעט.

„וואס גייט דא פאר? נעם צאם די הויז! ס׳איז שוין באלד שבת!”

און די אפגעמוטשעטע אומבאפארעטע אידענע נעבעך פאלגט און ארבעט זיך איבער איר אנגעווייטיקטן רוקן. בייגט זיך אראפ, קראצט און שארט און וואשט, קוים קוים קומט זי נאך אן צו כאפן א שנעלן שפּריץ.

ענדליך גייט זי זיך שוין איינשפארן אינעם בית הכבוד פאר א פינף מינוטיגן וואש, ווייל די צווייטע שבת גלאק קלינגט שוין אט אט און זי האט נאר נאך געציילטע מינוטן ביז שקיעה. זעט זי קליינע הערעלעך איבערן גאנצן באדצימער וואס זי האט פריער שוין גערייניגט.

„יענקל, יאסעלע, חיים ברוך, פארוואס האט עטס ענק נישט געקענט שערן נעכטן?”

אבער שוין, זי גייט נישט מאכן קיין גרויסן עסק דערפון יעצט ווייל דער זייגער בלייבט נישט שטיין. ענדליך גייט זי צו צום ליכט צינדן אן אויסגעמאטערטע.

איך בין זיכער אז עס איז יא דא די געלונגענע בעל הבית׳טעס וואס אלעס קלאפט ביי זיי, און אלעס איז אויפן פלאץ, און זיי זענען שוין גרייט פון א נאכט פריער. אבער נישט יעדער קען דאס באווייזן, און די וואס זענען אומבאכלעפטשעט, ווארטן שוין מיט גרויס שפאנונג און אנגסט אויף די לאנגע זומערדיקע פרייטאגן. נישט אז דעמאלטס שטימט אלעס יא פונקטליך מיטן זייגער, אבער דאך איז מען ווייניגער אויסגעמוטשעט.

אבער דער עיקר איז, אז וואס מען טוט זאל מען כאטש טאן בשמחה און זאל דער אויבערשטער העלפן אז דאס זאל זיין אונזער ערגסטע פראבלעם און זארג! האטס מיר אלע א זיסן, לעכטיגן, רואיגן, אנגענעמען שבת!