Through Riki‘s Eyes

אַ טאָג פֿאַרבראַכט מיט טשאַרלי

Spending the Day With Charlie

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
shimmyrphotography

„הונט הונט, דו בוסט עשו׳ס קינד! אויב דו וועסט מיך בייסן, וועל איך רופן מיין פאטער יעקב, און ער וועט דיך צורייסן!‟

אזוי פלעגן די קינדער זינגען יעדעס מאל וואס א הונט איז אדורך די גאס. א הונט, האט מען אונז אויסגעלערנט, איז א טמא׳נע זאך. אן עקלדיגע זאך. א שעדליכע זאך. א סימן פון קללה און שלעכטן מזל. ווען מען זעט א הונט איז בעסער אריבער צו גיין די אנדערע זייט גאס. צי ווייל מען דארף מורא האבן דערפון, צי ווייל מען עקלט זיך דערפון, צי ווייל מען וויל זיך נישט באגעגענען מיט אזא טמא׳נע באשעפעניש.

אזוי איז עס געווען נישט לאנג צוריק אין די חסידישע געגנטן. אבער ברוך השם לעצטנס האט זיך עס אנגעהויבן פארבעסערן. חסידים זענען שוין ווארעמער צו הינט. מען געבט א גלעט דא דארט און מען גייט שוין נישט אריבער די גאס. פארשטייט זיך אז עס זענען נאך דא די עקסטרעמע וואס האלטן זיך ביי זייערס. אבער רוב עולם איז היינט שוין מער באקוועם צו זיין לעבן א הינטל. עס זענען שוין אפילו דא משפחות וואס רופן א טרענירטע טערעפי־הינטל אין שטוב אז די קינדער זאלן אביסל שפילן מיט אים אין זיך צוגעוואוינען דערצו. 

איך בין זיך לעצטנס געגאנגען טרעפן מיט אזא טערעפי הינטל — טשארלי. א פאר יאר צוריק ווען דו וואלסט מיר ווען געזאגט אז איך גיי גלעטן און זיך שפילן מיט א הונט וואלט איך דיר אנגעקוקט ווי דו ביסט אראפגעפאלן פון דער לבנה! אבער היינט פיל איך אזא ליבשאפט צו יעדע סארט באשעפעניש, ספעציעל הינט.

טשארלי (בערי) איז א טרענירטע טערעפי הינטל וואס באלאנגט צו א היימיש פארפאלק. ער געבט איבער אומבאדינגטע ליבשאפט און ווארימע געפילן. ער איז אזוי זיס אין פלאפי קע״ה! מען קען זיך מיט אים האלדזן און אים גלעטן שעהען לאנג! ער בארואיגט איינעם די נערוון. אויב האט איינער מורא פאר חיות איז טשארלי א מומחה אין העלפן דאס איבערקומען מיט זיין העפליכן צוטריט. ער העלפט אויך קינדער וואס מען קען נישט קאנטראלירן. טשארלי איז אזוי מענטשן פריינטליך און האט ליב יעדעם איינעם, נישט קיין חילוק ווי אלט אדער ווי אזוי זיי זעען אויס. ער איז אזוי רואיג און דאס מאכט דעם מענטש רואיג. מיר זענען געווען אינדרויסן אין די היצן און געכאפט א סך בילדער מיט אים און ער האט אזוי שיין קאאפארירט און געשמייכלט די גאנצע צייט. צוקער זיס! עס איז געווען אזוי אנגענעם צו פארברענגען מיט טשארלי און זיינע עלטערן! איך האף זיי גייען מיר רופן נאכאמאל.

עס איז ממש אומגלויבליך אז איך האב אמאל אזוי פיינט געהאט א הונט און אריבער די גאס ווען איך האב געזען איינס און היינט וויל איך מיר אליין קויפן א הינטעלע!