„מזל טוב, מזל טוב! לעפקאוויטש האט א שידוך געטאן מיט יאקאבאוויטש!!!‟
„פששש, אזא שיינע שידוך! ממש פערפעקט!‟
„א טשטאשקע פון א בחור, ממש א תלמיד חכם! און אזא געלונגענע מיידל, א לערערין, זייער א זיסע, קײן עין־הרע!‟
„און די צוויי מחותנתטעס זענען פונעם זעלבן קלאס אין סקול און איצט טרעפט מען זיך אין פריידן!‟ אזעלכע נייעס הערט מען כסדר ביים חסידישן עולם. משה מיט יענקל האבן א שידוך געטאן, ברוך און זרח האבן א שידוך געטאן… און עס ציט זיך א גאלדענע קייט.
אבער אין דער אמתן איז דען די קייט אזוי גאלד? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז צוויי פרעמדע מענטשן זאלן פון איין מינוט אויפן צווייטן, נאך א קורצן שמועס אפמאכן: „יא, דאס איז דער מענטש מיט וועמען איך וויל זיין לעולם ועד.‟
יעצט וועט איר מיר זאגן: „קוק נאר אויף די ביידע שיינע משפחות, און א גוטן שלום בית איז ביי זיי דא!‟ עס קען טאקע זיין אז עס ארבעט זיך אויס, אבער אפשר איז דאס ווייל מען ווייסט נישט פון בעסער? און אפשר איז טאקע בעסער אזוי? אפשר איז מען מער צופרידן אזוי? מיר וועלן קיינמאל דאס נישט וויסן אויף קלאר. און צומאל מאכט זיך אז איינער איז מער „אויפגעקלערט‟ און פארמאגט אנדערע השגות אין קאפ, אבער זי האט מורא דאס ארויסצואווייזן ווייל מען וועט איר שיקן מחוץ למחנה.
קומען די שדכנים און טראגן אן אלע שיינע משפחות וואס פאסן פאר אירע עלטערן אבער אפשר נישט פאר איר. און אין איר גרויס מורא נישט אויסגעשלאסן צו ווערן, איז זי מסכים דערצו און שרייבט זיך אונטער פאר א לעבן וואס זי וואלט ווען נישט געוואלט.
איך בין נייגעריג וויפל חסידישע עלטערן נעמען די מי זיך אוועקצוזעצן מיטן קינד (און יא — אכצן יאר איז נאך א קינד) און א פרעג טאן: „קינד מיינס, וואס פארא סארט בחורמיידל וואלט דיך אינטערעסירט?‟
ווען איך בין געווען אכצן יאר אלט האט מיר א באקאנטע פון קעמפ געקלונגען וועגן א שידוך. דער שמועס איז געגאנגען בערך אזוי:
„פון וואס פארא יחוס שטאמסטו? האסט עפעס זיידעס וואס זענען רבי׳ס? ווער איז דער עלטער זיידע און די עלטער באבע? ווער זענען די מומעס? ווער זענען ענקערע מחותנים? ביי וועם איז דיין ברודער אן איידעם?..‟
איך ענטפער אלעס מיט געדולד און ווארט זי זאל פרעגן עפעס וועגן מיר. אבער גארנישט. אפגעפרעגט וועגן דער גאנצער משפחה-בוים אבער קיין ווארט נישט וועגן מיר.
„זאג נאר,‟ זאג איך איר. „דו רעדסט א שידוך פאר מיין זיידע? מיין באבע? מיין שוועסטער? מיין ברודער? אנטשולדיגט, אבער זיי זענען אלע שוין פארהייראט.‟
„ניין, וואס עפעס? איך וויל אנטראגן א שידוך פאר דיר, דארף איך זען אויב דאס שטימט.‟
„אויב אזוי, וואס פרעגסטו נישט וואס איך זוך? אין וואס איך בין אינטערעסירט? איך בין נישט מיין באבע, מומע אדער שוועסטער.‟
זי האט נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטאן פון מיין חוצפה. א פרוי וואס טראכט אביסל אנדערש איז שוין אן אויסווארף! אבער נישט יעדער פארמאגט אזא חוצפה. און ליידער ווייסן א סך פרויען נישט וויאזוי זיך אנצונעמען פאר זייער אייגענעם כבוד. א סך פון זיי כאפן זיך אויף דער עלטער, און א סך גייען אדורך דאס לעבן אזוי, אבער זיי זענען נישט צופרידן.
עס איז נישט עכט דא וואס צו טאן דערצו, נאר איין זאך איז זיכער: מע דארף מחזק זיין די וואס פילן זיך אומבאקוועם, לאזן זיי וויסן אז זיי זענען נישט אליין. זייטס נישט מסכים פאר ווייניגער וואס עס קומט אייך!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.