אויפוואקסנדיג אין א חסידישער פרומער שטוב, איז נישט געווען קיין סך פארוויילונגען און אקטיוויטעטן ווי, למשל, טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער, קאנצערטן, צירקן… אד״ג. אונז זע’מיר געווען צופרידן מיט דער סעריע „דערציילונגען פון צדיקים‟ און קאסעטן פון ר׳ לייבל וויינשטאק!
איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א מעלה אדער א חסרון!
פון איין וועגס פיל איך ווי איך האב פארפאסט אזוי סך, אבער פון דער אנדערער זייט וואלט איך קיינמאל נישט אויפגעגעבן די שעהען וואס איך בין געזעסן צוגענאגלט צום טעיפ רעקארדער און אויסגעהערט זעמל פון „די לעצטע געדאנק‟ — א שפיל פון שושן פורים וואס איז רעקארדירט געווארן אויף קאסעט און פארקויפט געווארן אין אלע געשעפטן. זעמל איז דער נאמען פון איינעם פון די כאראקטערן. איך פלעג זיך צוהערן און נאכדעם עס נאכגעזאגט ווארט ביי ווארט, און יעדע מאל עקסטער זיך צעקאטשעט פאר געלעכטער ווען זעמל רעדט פון זיין באבע צירל: „מיין באבע צירל איז א מורא׳דיגע צדיקת! זי גייט ארויס יעדן אינדערפרי מקדש זיין די לבנה…‟. אדער ווען ער גרויסט זיך מיט זיין זון: „אקיי, בייטאג לערנט ער נישט, אבער ביינאכט לערנט ער ימים ולילה…‟. די דאזיגע מאמענטן וואלט איך ווען קיינמאל נישט געהאט אויב וואלט איך זיך צוגעהערט צו „מיקי מויז‟ אדער „גרויסער פויגל‟ (ביג בערד).
ווען איך האב ערשט געהערט פונעם ווארט אינטערנעט איז דאס מיטגעקומען מיט ווערטער ווי טריפה, גע׳אסר׳ט, טמא, רחמנא לצלן…
די קהילה מאכט דעם אינטערנעט אויסזען אזוי שרעקעוודיג אבער אינטערעסאנט! מען האלט ריזיגע אסיפות אויף דעם און מען נעמט נישט אן קינדער אין חדרים און שולעס צוליב דעם. מען איז כסדר פארנומען צו טראכטן מיט וואס נאך מען קען אויפקומען צו באקעמפן דעם אינטערנעט. מאכנדיג אזא גרויסן רעש דערפון, כאפן זיי נישט אז אין די זעלבע צייט טוען זיי דאס פראמאטירן און מאכן דעם עולם זאל דאס דווקא שטארק וועלן.
זייענדיג א קינד אין די צענערלינג יארן האט מיר דאס מוראדיג געצויגן. דעם נייגער און דאס לעכצן פאר עפעס אינטערעסאנט האט מיר געשעפשעט און אויער. איך האב זיך זייער געוואונדערט. וואס איז דאס די אינטערנעט? וואס זעט מען דארטן? עס האט מיר גענאגט און געלעכערט אין קאפ אזש איך האב זיך שוין מער נישט געקענט איינהאלטן. איך בין ארויס אויף א מיסיע צו געוואר ווערן וואס איז שוין אזוי אינטערעסאנט אויף דעם אינטערנעט וואס מיר טארן נישט זען? גאר אנטוישט בין איך געווען די ערשטע מאל איך האב זיך געזעצט צום טריפהנעם אינטערנעט! עס איז נישט געקומען צו פליען קיין לבנות מיט שטערנס אזויווי איך האב געמיינט וועט געשען. א בלאנקע ווייסע פאפיר איז געווען פאר מיינע תמימות׳דיגע אויגן.
היינט קען איך מיך נישט באגיין אן דעם אינטערנעט. ווי אזוי וואלט איך געהאט צייט צו ערליידיגן און איינקויפן אלעס וואס איך טו דורכן אינטערנעט? און ווי אזוי וואלט איך זיך באגאנגען אן ר׳ גוגל? ווען איך ווייס נישט עפעס און איך פרעג גוגל׳ען האט ער שטענדיק גלײך אַן ענטפער פאר מיר. עס מאכט פשוט דאס לעבן גרינגער.
מיר איז איצט זייער קלאר אז ווער עס זוכט זיך צרות, אדער ווער עס זוכט צו זינדיגן, קען דאס טרעפן אן דעם אינטערנעט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.