Oyneg Shabes

ווידעאָ: מענדי כּהנא רעציטירט „מיין נישט די וועלט איז אַ קרעטשמע‟

WATCH: Mendy Cahan Recites "Don't Think The World is a Tavern"

  • Print
  • Share Share

אַזוי ווי זײַנע דערציילונגען, טראָגן די לידער פֿון י. ל. פּרץ אָפֿט מאָל אַ מאָראַלישן כאַראַקטער. איינס פֿון זײַנע באַקאַנטסטע לידער „מיין נישט די וועלט איז אַ קרעטשמע‟, טאַדלט די נטיה פֿון מענטשן צו זען אין די ליידן פֿון אַנדערע אַ געלעגנהייט צו ווערן רײַך.

מענדי כּהנאס נוסח פֿונעם ליד כאַפּט אויף דעם פּאַטאָס פֿונעם קלאַסיקערס ווערטער. די רעציטאַציע איז פֿאָרגעקומען ווי אַ טייל פֿונעם אַנומלטיקן „אסתּרס קאַבאַרעט‟ אין בית־שלום־עליכם.

דעם פֿולן טעקסט פֿונעם ליד קען מען לייענען דאָ:

מיין נישט, די װעלט איז אַ קרעטשמע

באַשאַפֿן צו מאַכן אַ װעג זיך מיט פֿויסטן און נעגל

צום שענקפֿאַס, און פֿרעסן און זויפֿן, װען אַנדערע

קוקן פֿון װײַטן מיט גלעזערנע אויגן

פֿאַרחלשט, און שלינגען דאָס שפּײַעכץ און ציִען צוזאַמען דעם מאָגן, װאָס
װאַרפֿט זיך אין קרעמפֿן!

אָ, מײן נישט די װעלט איז אַ קרעטשמע!

מײן נישט די װעלט איז אַ בערזע — באַשאַפֿן

דער שטאַרקער זאָל האַנדלען מיט מידע און שװאַכע,

זאָל קויפֿן בײַ אָרעמע מײדלעך די בושה,

בײַ פֿרויען די מילך פֿון די בריסטן, בײַ מענער

דעם מאַרך פֿון די בײנער, בײַ קינדער דעם שמײכל, דעם זעלטענעם גאַסט אויפֿן װאַקסענעם פּנים ——

אָ, מײן נישט די װעלט איז אַ בערזע!

מײן נישט די װעלט איז אַ הפֿקר — באַשאַפֿן

פֿאַר װעלף און פֿאַר פֿוקסן, פֿאַר רויב און פֿאַר שװינדל;

דער הימל — אַ פֿאָרהאַנג אַז גאָט זאָל נישט זען;

דער נעפּל — מען זאָל אויף די הענט דיר נישט קוקן;

דער װינט — צו פֿאַרשטיקן די װילדע געשרייען;

די ערד אײַנצוזאַפּן דאָס בלוט פֿון קרבנות—

אָ, מײן נישט די װעלט איז אַ הפֿקר!

די װעלט איז קײן קרעטשמע, קײן בערזע, קײן הפֿקר!

געמאָסטן װערט אַלעס, געװױגן װערט אַלעס!

קײן טרער און קײן בלוטיקער טראָפּן פֿאַרגייען.

אומזיסט װערט קײן פֿונק אין קײן אויג נישט פֿאַרלאָשן!

פֿון טרערן װערט טײַכן, פֿון טײַכן װערט ימען,

פֿון ימען אַ מבול, פֿון פֿונקען — אַ דונער —

אָ, מײן נישט לית דין ולית דיין! -