די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע און פּאַלעסטינער קולטורן זענען דווקא ניט באַקאַנט פֿאַר זייערע בשותּפֿותדיקע עלעמענטן. איין אויסנאַם איז דער פֿאָלקלאָר וועגן שדים. בײַ ביידע קולטורן נעכטיקן זיך שדים אין טאָג־טעגלעכע חפֿצים און טשעפּען זיך צו צו אומשולדיקע מענטשן, כּדי זיי אָנצושרעקן, און אַמאָל, כּדי חוזק צו מאַכן פֿון זיי.
אין נאָוועמבער, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע „אסתּרס קאַבאַרעט‟ בײַם בית־שלום־עליכם האָבן די אַקטיאָרן אמיתּי קדר און סובחי חוסרי פֿאָרגעשטעלט אַ רירנדיקע סצענע אָנגעשריבן פֿון יעד בירן, אין וועלכער אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער שד פֿון פּוילן באַגעגנט זיך מיט אַ פּאַלעסטינער דזשיני, וואָס וווינט אין אַ הייל. קדר שטעלט פֿאָר זײַן העלד אויף ייִדיש; חוסרי — אויף אַראַביש.
אַזוי ווי דער ייִדישער שד, וואָס האָט געזען ווי די ייִדן אין זײַן שטעטל זענען אויסגעשאָכטן געוואָרן, האָט דער דזשיני אויך דורכגעמאַכט די צרות פֿון זײַן פֿאָלק. אַ פּאָר חדשים איידער זיי טרעפֿן זיך, זענען אַלע פּאַלעסטינער אין זײַן דאָרף אָדער פֿאַרטריבן אָדער דערהרגעט געוואָרן, אַ פּנים דורכן ארגון אָדער דורך לח׳׳י.
די צוויי רוחות, וועמענס פֿעלקער זענען בלוט־שׂונים, געפֿינען אַ טרייסט איינער אינעם אַנדערן, מחמת ביידע זאָרגן זיך וועגן דער בלוט־פֿאַרגיסונג, וואָס איז אַ סך ערגער ווי די „שפּיצלעך‟ וואָס שדים און דזשינען באַגיין.
די פּאָליטישע אָפּקלאַנגען פֿון דער אַלעגאָריע זענען גענוג בולט אַז איך דאַרף זיי ניט מסביר זײַן. אינטערעסאַנט איז אָבער צו באַמערקן וואָס מע שרײַבט הײַנט בכלל טעאַטער וועגן דער „נאַקבאַ‟ און דער אָקופּאַציע אויף ייִדיש.