מײַן געוועזענער מיטאַרבעטער אין „פֿאָרווערטס‟, לייזער בורקאָ, האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַרויסגעלאָזט עטלעכע סצענעס פֿון באַקאַנטע האָליוווּדער פֿילמען, מיטן דיאַלאָג ווידער רעקאָרדירט אויף מאַמע־לשון. איך האָב געמיינט אַז דאָס מאַכן פֿון אַלטע אַמעריקאַנער פֿילמען ייִדיש־שפּראַכיקע איז געווען אַ נײַער אײַנפֿאַל.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט מען דאָס שוין געהאַט געטאָן אין די 1930ער יאָרן. צו יענער צײַט האָבן אַ גרופּע רעזשיסאָרן, מ׳שטיינס געזאָגט, געקויפֿט אַ שלעכטן „וועסטערן‟־פֿילם, וואָס איז געווען אַ פֿינאַנציעלן דורכפֿאַל, און אים רעדאַקטירט און צונויפֿגעוועבט מיט סצענעס פֿון אַנדערע פֿילמען, כּדי צו שאַפֿן אַ נײַעם. פֿאַרן דיאַלאָג האָבן ייִדישע אַקטיאָרן רעקאָרדירט נײַע רעפּליקן אויף ייִדיש, וואָס האָבן ניט שטענדיק געהאַט קיין שײַכות מיט די פֿריִערדיקע רעפּליקן. דער אויסזען פֿונעם פֿילם איז דערפֿאַר ניט אַזוי אַנדערש פֿון די קאַנטאָנעזישע „קונג־פֿו‟־פֿילמען פֿון די 1970ער יאָרן, וואָס מע האָט ווידער רעקאָרדירט אויף ענגליש, כאָטש מע קען בולט זען, אַז די העלדן שרײַען אויף אַן אַנדער שפּראַך.
פֿון דעם איז, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגעקומען אַן אַבסורדן פֿילם, וואָס דער סיפּור־המעשׂה איז קוים פֿאַרשטענדלעך. ס׳מאַכט ניט אויס, איר וועט זיכער הנאה האָבן!
קיין סך פּרטים קען איך ניט געפֿינען וועגן דעם פֿילם. די דאָזיקע סצענע איז אַ טייל פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן קינאָ. דער נאַראַטאָר איז ניט מער און ניט ווייניקער ווי דער באַקאַנטער אַקטיאָר און רעזשיסאָר אָרסאָן וועלס.
טאָמער איר האָט פּרטים וועגן דעם מאָדנעם ייִדישן „וועסטערן‟, לאָזט וויסן. איך וואָלט זייער געוואָלט זען מער פֿון אים.