אַלען לויִס ריקמאַן, דער ייִדיש־ און ענגליש־שפּראַכיקער בינע־קינסטלער, האַלט אין אַרויפֿשטעלן אויף „יו־טוב‟ אַ צאָל אויסצוגן פֿון זײַנע אויפֿטריטן.
פֿאַראַיאָרן האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע סצענע פֿון לעאָן קאָברינס פּיעסע „יאַנקל בוילע‟ (פֿונעם יאָר 1910), אין וועלכער דער העלד פּרובירט אָפּצושרעקן זײַן חבֿר (געשפּילט פֿון סטיוו סטערנער) פֿון פֿירן אַ ליבע מיט אַ גוייִשער פֿרוי, אין וועלכער ער איז פֿאַרליבט.
די סצענע, וואָס קומט פֿון דער טעאַטראַלישער פּאָפּורי „דער עסענץ: אַ ׳דים־סום׳ פֿון ייִדישן טעאַטער‟, גיט איבער אין אַ געשמאַקן לשון די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מיינונג וועגן דעם גיהנום, וואָס עס דערוואַרט אַ ייִד, וואָס שלאָפֿט מיט אַ ניט־ייִדישער פֿרוי.
ס׳איז ניט קלאָר פֿונעם שטיקל, צי לעאָן קאָברין האָט אָנגעשריבן די סצענע אויף אַן ערנסטן צי אַ הומאָריסטישן אופֿן. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר, אַז דער אַמעריקאַנער פּובליקום, וואָס האָט עס געזען מיט 105 יאָר שפּעטער, אין אַ וועלט אין וועלכן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן האָבן טאַקע חתונה מיט ניט־ייִדן, האָבן די סצענע געהאַלטן פֿאַר קאָמיש. ס׳קען זײַן, אַז דער געלעכטער פֿונעם עולם האָט מער צו טאָן מיט די קאָמישע מינעס, וואָס עס מאַכט סטיוו סטערנער, איידער דעם מאַטעריאַל גופֿא.