ווי מע האָט פֿריִער באַשריבן אינעם פֿאָרווערטס, פֿירט „בית שלום־עליכם‟ דורך רעגלמעסיקע פֿאָרשטעלונגען מיטן נאָמען „אסתּרס קאַבאַרעט,‟ אויף וועלכע ייִדיש־סטודענטן און ־פּראָפֿעסאָרן טרעטן אויף מיט לידער און סקיצעס.
אויפֿן אַנומלטיקן „אסתּרס קאַבאַרעט‟ האָבן חיה קושניר און נאווה ליטוואַק פֿאָרגעשטעלט אַ ראַפּ־ליד, וואָס ליטוואַק האָט געשריבן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. וויפֿל פֿון די נעמען פֿון די שרײַבער וואָס מע דערמאָנט אינעם ליד דערקענט איר?