ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן דערקענען מסתּמא בלויז די ייִדישע לידער „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, „טום־באַלאַלײַקע‟ און אפֿשר „בײַ מיר ביסטו שיין.‟
אָבער די אַמעריקאַנער וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים דערקענען גלײַך צענדליקער אַנדערע לידער װי „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ און אַזוי ווײַטער. די ליבהאָבער פֿון קלעזמער, קענען, פֿאַרשטייט זיך, נאָך מער לידער און די חסידים קענען צענדליקער פֿון זייער אייגענעם רעפּערטואַר. עס זענען אָבער דאָ זייער ווייניק מענטשן, וואָס קענען באמת מער ווי אַ פּאָר צענדליק לידער אויף אויסנווייניק.
אין אָט דעם חנעוודיקן ווידעאָ האָבן די קלעזמאָרים בענדזשי פֿוקס־ראָזען און מײַקל ווינאָגראַד פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָפּורי, וואָס באַשטייט פֿון בלויז אַ פּאָר שורות פֿון צענדליקער באַקאַנטע ייִדישע לידער, ווי אַ פּרוּוו צו זינגען „דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר מיט איין קלאַפּ.‟ זיי האָבן ניט דערגרייכט דעם אַמביציעזן ציל אָבער זיי האָבן יאָ געשאַפֿן זייער אַן אינטערעסאַנטע קאָמפּאָזיציע. וויפֿל פֿון די באַקאַנטע (און ווייניק באַקאַנטע) לידער דערקענט איר?