אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, פּאָעט, רעדאַקטאָר און צו מאָל אויך אַ שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, איז ד״ר דובֿ־בער קערלער איינער פֿון די וויכטיקסטע זאַמלער פֿון ייִדישע לידער און פֿאָלקלאָר אויף דער אינטערנעץ.
אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל קען מען געפֿינען צענדליקער אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט עלטערע ייִדן פֿון דער אַלטער היים וואָס ער האָט געמאַכט ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים‟־פּראָיעקט, ווי אויך אַ סך זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער.
מיט אַ יאָר צוריק האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט דרײַ פּרעכטיקע ווידעאָס, אין וועלכע צוויי פֿון זײַנע סטודענטקעס בײַם „אינדיאַנער אוניווערסיטעט‟ — אַליסאָן פּאָזנער און עדה־רבֿקה העטקאָ, זינגען ייִדישע לידער. אַליסאָן פּאָזנער איז אַ דאָקטאָראַנטקע וואָס פֿאָרשט אויס די חורבן־ליטעראַטור און האָט פֿריִער געאַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַטקע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟ עדה־רבֿקה העטקאָ לערנט זיך אויף אַ מאַגיסטער און פֿאַרנעמט זיך איבערהויפּט מיט דער ייִדישער מוזיק. ווי מע קען הערן פֿון דער רעקאָרדירונג פֿונעם פֿאָלקסליד „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ (אויבן), זענען ביידע פֿון זיי טאַלאַנטירטע זינגער, וועמענס קולות פּאַסן זיך זייער גוט צו צום זינגען ווי אַ דועט.
אַחוץ „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט נאָך צוויי ווידעאָס פֿון לידער וואָס ווערן געזונגען דורך די סטודענטקעס.
אָט קען מען הערן ווי אַליסאָן און עדה־רבֿקה שטעלן פֿאָר אַבֿרהם רייזענס „שווימט דאָס קעסטל אויפֿן טײַך‟.
און אָט קען מען הערן ווי זיי זינגען מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָגליד אויף די קרבנות פֿונעם „טרײַענגל־פֿײַער‟: „מײַן רוע פּלאַץ‟.