לכּבֿוד דער נײַער ייִדיש־שפּראַכיקער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ בײַ דער „פֿאָלקסבינע,‟ שטעלן מיר פֿאָר עטלעכע רעקאָרדירונגען פֿון לידער פֿונעם מיוזיקל.
אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זענען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם בלויז דורך „פֿידלער אויפֿן דאַך,‟ די פּאָפּולערע „בראָדוויי‟־אַדאַפּטאַציע פֿון זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿיה דער מילכיקער. די פֿאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור דורך אַזעלכע לידער ווי „לחיים‟, און „טראַדיציע‟ וואָס זענען אַזוי ברייט באַקאַנט, אַז מע האַלט זיי כּמעט פֿאַר אַ טייל פֿון אַ מין סעקולערער ייִדישער מסורה.
די פּוריסטן און ס׳רובֿ ייִדישיסטן האַלטן אַוודאי ניט פֿונעם דאָזיקן מיוזיקל פֿון דזשערי באָק, שעלדאָן האַרניק און דזשאָסעף שטײַן, ווײַל זיי האַלטן, אַז זי פֿאַרוואַנדלט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור־ירושה אין אַ ריי האַמעטנע און סטערעאָטיפּישע אימאַזשן. ניט געקוקט אויף דעם איז „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ געוואָרן ווילד־פּאָפּולער צווישן די ייִדישע מאַסן איבער דער גאָרער וועלט בכלל און אין ישׂראל בפֿרט. דאָרטן האָט שרגא פֿרידמאַן, דער גרויסער בינע־קינסטלער און מחבר פֿון פּאָפּולערע מוזיקאַלישע פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, איבערגעזעצט דעם טעקסט פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף מאַמע־לשון.
אויבן זינגט וויראַ לאָזינסקי זײַן נוסח פֿון Sunrise, Sunset, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟. בײַם קלאַוויר שפּילט רעגינע דריקער. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בײַם „ייִדישן מלוכישן טעאַטער‟ אין וואַרשע.
און אָט קען מען הערן אַ ריי לידער פֿונעם ייִדישן נוסח פֿונעם מיוזיקל פֿאָרגעשטעלט דורך אַ ישׂראלדיקן אַנסבאַמבל מיט שמואל רודניצקי און לאה דוליצקי בראָש. צווישן די לידער געפֿינט מען: „די תּורה‟ (טראַדיציע), „ווען איך בין אַ ראָטשילד,‟ „לחיים,‟ און „שדכנטע, שדכנטע.‟