Oyneg Shabes

שלום־עליכמס קול — 102 יאָר נאָך זײַן פּטירה

Sholem Aleichem's Voice - 102 Years After His Death

  • Print
  • Share Share
Getty Images

עס פֿאַלט באַלד אויס 102 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם באַליבטן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם אין ניו־יאָרק. ווי ער האָט אַליין געבעטן אין זײַן צוואה, וועלן זונטיק, אויף זײַן יאָרצײַט, זיך פֿאַרזאַמלען גרופּעס ייִדן איבער דער וועלט, כּדי הנאה צו האָבן פֿון זײַנע ווערק און אָפּגעבן כּבֿוד זײַן אָנדענק.

די יערלעכע צערעמאָניעס און פֿאָרלייענונגען זענען הײַנט אַ סך ווייניקער אין צאָל און קלענער אין פֿאַרנעם ווי זיי זענען אַמאָל געווען אָבער דער פֿאַקט, אַז די פּראָגראַמען גייען אָן ווײַטער, ניט געקוקט אויף די שטרויכלונגען פֿון דער געשיכטע, זאָגט עדות, וויפֿל די ייִדישע פֿאָלקסמאַסן האָבן שלום־עליכמען ליב געהאַט און ווי אַזוי מע פֿאַרגעסט אים ניט, אַפֿילו 102 יאָר נאָך זײַן טויט.

אויב מע קוקט דורך שלום־עליכמס אַרכיוון, קען מען געפֿינען אומצאָליקע מאַטעריאַלן, אַרײַגערעכנט זײַנע פּערזענלעכע בריוו, כּתבֿ־ידן און אַפֿילו די פֿעדער און טינטער, מיט וועלכע ער האָט געשריבן. מע דאַרף, אָבער, אין ערגעץ ניט פֿאָרן, כּדי צו געניסן פֿון די אוניקאַלע רעקאָרדירונגען, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן לעבן און שאַפֿן פֿונעם באַליבטן ייִדישן קלאַסיקער.

שלום־עליכמס שטימע:

הײַנט קען מען געפֿינען אַ גרויסע צאָל קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון אַלע אַקטועלע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. אָבער אין 1915 האָט די רעקאָרדיר־אינדוסטריע נאָך געהאַלטן בײַם אַנטוויקלט ווערן, און צוליב דעם איז שווער צו געפֿינען רעקאָרדירונגען פֿון דעמאָלטיקע פּערזענלעכקייטן. שלום־עליכם, שוין מסוכּן־קראַנק אויף טובערקולאָז און שטרעבנדיק צו געפֿינען אופֿנים צו שאַפֿן געלט אויפֿצוצאָלן זײַנע מעדיצינישע הוצאות, האָט געמאַכט אַ פּראָבע אין אַ רעקאָרדיר־סטודיאָ צו זען, אויב עס לוינט זיך פֿאַר דער פֿירמע צו מאַכן פּלאַטעס פֿון אים, אין וועלכע ער לייענט פֿאָר זײַנע מעשׂיות אויף אַ קול. קיין פּלאַטעס האָט מען, צום באַדויערן, ניט אַרויסגעגעבן, אָבער עס זענען אונדז יאָ פֿאַרבליבן צוויי קורצע אויסצוגן, אין וועלכע ער לייענט פֿאָר פֿון זײַנע ווערק.

אָט קענט איר הערן אַן אויסצוג פֿון „ווען איך בין ראָטשילד‟:

און „אַ פֿריילעכער יום־טובֿ‟:

כּמעט יעדן ייִדישן אַקטיאָר איז בעת זײַן קאַריערע אויסגעקומען צו שפּילן אַ ראָלע אין שלום־עליכמס אַ פּיעסע צי דערציילונג. די דערציילונגען און מאָנאָלאָגן פֿון שלום־עליכם זענען צווישן די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע ייִדישע רעקאָרדירונגען און מע קען נאָך אַלץ געפֿינען אַ סך פּלאַטעס, טאַשמעס און קאָמפּאַקט־דיקסן, אין וועלכע באַקאַנטע ייִדישע אַקטיאָרן לייענען פֿאָר זײַנע ווערק. אַ סך פֿון זיי קען מען געפֿינען אויף „יוטוב.‟

אָט איז אַן אַנאַמירטער פֿילם פֿון „טעאַטער אין כּתרילעווקע.‟ אַלע ראָלעס ווערן מײַסטעריש געשפּילט דורכן אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער, דער דירעקטאָר פֿונעם „לופֿט־טעאַטער‟ אין שטראַסבורג.

אָט לייענט דער אַקטיאָר שמואל רודענסקי פֿאָר די דערציילונג „אַלט־נײַ כּתרילעווקע,‟ צוזאַמען מיט דער משפּחה בערנשטיין.

און אָט איז אַ רעקאָרדירונג, אין וועלכער דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר שמואל עצמון לייענט פֿאָר גאַנץ „טבֿיה דער מילכיקער‟:

https://archive.org/details/251SholemAleichemKatontiIAmUnworthy.ReadByShmuelAtzmon_201312