די ישיבֿה־סיסטעם בײַ די חרדים אין ישׂראל מאַכט דורך אַ ריי שוועריקייטן. קודם זענען דאָ פּשוט אַזוי פֿיל תּלמידים, אַז מע קען ניט שטענדיק געפֿינען אַ פּלאַץ פֿאַר יעדן איינעם. דער פֿרומער ציבור ווערט געפּרעסט פֿון עטלעכע זײַטן: די בײַטנדיקע עקאָנאָמישע ווירקלעכקייט ווירקט אויף דעם, ווי לאַנג מע קען לערנען זיך אין די ישיבֿות. און אַ טייל בחורים קענען נישט אַזוי גרינג אָנקומען צו קיין שידוך — צוליב פֿאַרשידענע סיבות. באַקומט זיך, אַז אַ סך עלטערע בחורים געפֿינען זיך אָן אַ ישיבֿה אין דער זעלביקער צײַט, וואָס זיי זוכן מיט ליכט אַ שידוך. אַ סך עסקנים האָבן מורא, אַז די דאָזיקע בחורים וועלן אַראָפּגיין פֿון דרך אויב זיי האָבן ניט קיין געהעריקע סטרוקטור אינעם לעבן.
כּדי צו לייזן די פּראָבלעם האָט מען מיט זיבן יאָר צוריק געגרינדעט אַ נײַעם מין ישיבֿה ספּעציעל פֿאַר די עלטערע בחורים: „ישיבֿת אורייתא.‟ די ישיבֿה, וואָס פֿונקציאָנירט אַ ביסל ווי אַ קיבוץ, האָט לעצטנס געמאַכט אַ ריזיקן גאַלאַ־אָוונט אין ירושלים מיט חשובֿע רבנים, פֿילאַנטראָפּן און פּאָליטיקער. ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט מען געוויזן דעם דאָזיקן ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם.