אין די טעג צווישן פּסח און שבֿועות טאָרן פֿרומע ייִדן זיך ניט צוהערן צו קיין אינסטרומענטאַלער מוזיק. מע שאַפֿט דערפֿאַר ספּעציעלע „ספֿירה־מוזיק‟ פֿאַר אָט די זיבן וואָכן פֿונעם עומר, אין וועלכע מע הערט נאָר קולות אָבער נישט קיין אינסטרומענטן.
אַ וווּנדער־שיינעם מוסטער פֿונעם זשאַנער אין פֿאָרעם פֿון אַ מוזיק־ווידעאָ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט דער ישׂראלדיקער זינגער זאַנוויל ווײַנבערגער צוזאַמען מיטן „מלכות־כאָר.‟ אינעם ווידעאָ שטעלן זיי פֿאָר אַן אַקאַפּעלאַ־נוסח פֿון יום־טובֿ עהרליכס ליד „קבלת התּורה,‟ וואָס שטעלט פֿאָר אויף אַ קאָמישן אופֿן וואָס וואָלט געשען, ווען דער באַשעפֿער וואָלט פּרובירט צו שענקען די תּורה די הײַנטיקע מדינות פֿון דער וועלט.