ס׳איז שטענדיק אינטערעסאַנט צו קוקן אויף „יו־טוב‟ און זען, וועלכע פֿילמען אויף ייִדיש ווערן גאָר פּאָפּולער. כּדי אַ פֿילם זאָל ווערן פּאָפּולער בײַם ברייטן עולם, וואָס קען ניט קיין ייִדיש, און אַפֿילו געזען ווערן הונדערטער טויזנטער מאָל, דאַרף ער געוויינטלעך זײַן אָדער נאָסטאַלגיש, אָדער הומאָריסטיש.
איין אינטערעסאַנטער אויסנאַם איז אַ פֿילם פֿון 2011, אין וועלכן אַ חסידיש ייִנגל זינגט דאָס ליד „אַ שיינעם חלום‟ (אויך באַקאַנט ווי „נישט געדאגהט, ייִדן!‟) פֿון יוסי גרין. דאָס ליד, וואָס איז לכתּחילה געווען אַ שלאַגער פֿאַרן זינגער אַבֿרהם פֿריד אין די 1990ער יאָרן, געהערט צום אַלטן זשאַנער פֿון ייִדישע לידער, וואָס דריקן אויס אַ בענקעניש נאָכן קומען פֿון משיח. דער אָריגינעלער נוסח פֿון אַבֿרהם פֿריד קלינגט מער ווי אַ „ראָק‟־ליד איידער אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש ליד. דער דאָזיקער נוסח, וואָס עס זינגט אַ סאָליסט צוזאַמען מיטן „משוררים־כאָר‟, קלינגט אַ סך ענלעכער צו חזנות איידער צום „ראָק‟־סטיל פֿון אַבֿרהם פֿריד.
דעם פֿילם האָט מען געזען כּמעט 500,000 מאָל. אַז מע לייענט די קאָמענטאַרן אויף „יו־טוב‟, באַמערקט מען אַן אינטערעסאַנטע זאַך: ס׳רובֿ פֿון די צוקוקער ווייסן אַפֿילו ניט, אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך מע זינגט דאָס ליד, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס עס מיינען די ווערטער. ווי עס זעט אויס, ציט דאָס ליד צו ניט מיט נאָסטאַלגיע אָדער פּעיאָראַטיווע געדאַנקען וועגן דער „קאָמישקייט‟ פֿון ייִדיש, נאָר דווקא צוליב דער שיינקייט פֿונעם זינגען אַליין.
אָט קען מען הערן, ווי אַבֿרהם פֿריד שטעלט פֿאָר דאָס ליד: