האַלב וואָכעדיק, האַלב יום־טובֿדיק, מיט אַ זײַדענער פֿאַטשיילע און מיט אַ פֿאַרטוך, שטייט די מאַמע בײַם טיש, שטאַרק צעטראָגן. עפּעס אַ ווערטעלע אויסצורעדן — כּמעט אַ מאה שלח־מנות אָפּנעמען און כּמעט אַ מאה שלח־מנות אָפּשיקן. קיינעם נישט אָנזעצן, חלילה קיין טעות נישט האָבן, געדענקען וועמען וואָס פֿאַר אַ שלח־מנות מע באַדאַרף אָפּשיקן.
צום בײַשפּיל: אַז יענער שיקט אײַך איין פֿלעדל, צוויי קישעלעך, איין מאָהינדל, צוויי שטיקלעך טאָרט, איין האָניק־טײגל, מיט צוויי צוקער־לעקעכלעך — באַדאַרפֿט איר אים אָפּשיקן, געוויינטלעך, צוויי פֿלעדלעך, איין קישעלע, צוויי מאָהינדלעך, איין שטיקל טאָרט, צוויי האָניק־טײגלעך, מיט דרײַ צוקער־לעקעכלעך. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, חלילה, נישט אָנמאַכן אַ חתונה, ווי עס האָט זיך אַמאָל שוין געטראָפֿן בײַ אונדז אַזאַ אומגליק, דאָס הייסט, מע האָט אָפּגעשיקט איינער אַ נגידיתטע צוריק איר אייגענעם שלח־מנות, האָט זיך דאָס געטאָן! עס איז אַרויס אַ מחלוקת צווישן די מאַנען, מיט סקאַנדאַלן, מיט פּעטש, מיט מסירות, מיט רדיפֿות, ווי געוויינטלעך… הײַנט די מענטשן, וואָס ברענגען דעם שלח־מנות, באַדאַרף מען אויך עפּעס שענקען, וועמען אַ קאָפּיקע, און וועמען צוויי, און וועמען נאָך מער ווי צוויי…
אָט עפֿנט זיך די טיר און סע קומט אַרײַן אַ מיידל מיט שטאַרק־רויטע האָר און מיט אַ סך קלײַען אויפֿן פּנים — דאָס איז מײַן רבינס אַ מיידל. זי גייט אַרום פֿון איין בעל־הבית צום אַנדערן און נעמט צונויף די שלח־מנות פֿאַרן רבין. זי טראָגט אין האַנט אַ שעלעכל, איבערגעדעקט מיט אַ טישטעכל. אינעם שעלעכל ליגט אַ לעקעכל, אינעם לעקעכל שטעקט אַ ראָזשינקע, און אויף דער ראָזשינקע ליגט אַ זילבערנע מטבע. די מאַמע דעקט אויף דאָס טישטעכל און לייגט צו צו יענער מטבע נאָך אַ מטבע. און אויך דעם מיידל רוקט זי עפּעס אין האַנט אַרײַן. דאָס רויטע מיידל ווערט נאָך רויטער און ווינטשעוועט, ווי אַן אַלטע: „דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟…
נאָך דעם רויטן מיידל קומט אַרײַן אַ געשוואָלן בחורל מיט אַן אויפֿגעטראָגענער באַק, אונטערגעבונדן מיט אַ בלויער פֿאַטשיילע. איין אויג אַ קליינס, דאָס אַנדערע אַ ביסל גרעסער. אין האַנט האַלט ער אַ מעשן טעצל. אויף דעם טעצל ליגט אַ פֿלעדל, אויפֿן פֿלעדל איז אויסגעוויקלט אַ פֿישעלע. דאָס פֿישעלע איז אָנגעפֿילט מיט האָניק־פֿאַרפֿל. און בײַ דער זײַט ליגן עטלעכע זילבערנע מטבעות און אַ פּאָר קערבלעך פּאַפּירענע. דאָס געשוואָלענע בחורל גייט צו גלײַך צו דער מאַמע און שיסט אויס אין איין אָטעם, ווי אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק: „אַ גוט יום־טובֿ, דער רבֿ האָט אײַך געשיקט שלח־מנות און דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟… דאָס געשוואָלענע בחורל נעמט אָפּ זײַן רח׳׳ש און גייט אַוועק אָן אַ „זײַט־געזונט‟, וואָרום די ווינטשעוואַניע האָט ער על־פּי טעות אויסגעכאַפּט פֿריִער. און עס קומען אָן אַלע מאָל נײַע פּאַרשוינען מיט נײַע שלח־מנות: פֿונעם דיין, פֿונעם חזן, פֿון די שוחטים, פֿונעם סופֿר, פֿונעם תּלמוד־תּורה־מלמד, פֿונעם בעל־תּוקע, פֿונעם בעל־מגילה, פֿונעם מנקר, פֿונעם וואַסערפֿירער, פֿונעם בעדער (אויך כּלי־קודש!), און נאָך די דאָזיקע אַלע קומט צו גיין וועלוול דער שמשׂ אַליין, נעבעך אַ קראַנקער, אַ הייזעריקער, אַ יאַדעשליווער. ער בלײַבט שטיין אַ ווײַלע בײַ דער טיר, כאַפּט זיך בײַם האַרצן און פֿאַרהוסט זיך.
— וואָס וועט איר עפּעס זאָגן גוטס? — פֿרעגט אים די מאַמע שוין רעכט מיד פֿון דער אַרבעט.
— מע האָט אײַך געשיקט שלח־מנות — מאַכט וועלוול און באַווײַזט אַ לעקעכל אין האַנט. — דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער…
— פֿון וועמען איז? — פֿרעגט אים ווידער די מאַמע און לייגט אַרײַן די האַנט איבערן פֿאַרטוך; זי זוכט אַ מטבע.
— פֿון מיר טאַקע אַליין, דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער — מאַכט וועלוול און פֿאַרהוסט זיך. — האָט קיין פֿאַראיבל ניט, וואָס אַליין… נישטאָ וועמען צו שיקן. געווען אַ מיידל, איז זי, ניט דאָ געדאַכט… איר געדענקט דאָך מײַן פֿריידלען, עליה־השלם?…
וועלוול דער שמשׂ פֿאַרהוסט זיך אויף אַ גאַנצער מינוט, און די מאַמע טוט זיך אַ כאַפּ צו דער קעשענע, נעמט אַרויס עטלעכע מטבעות מיט אַ מאָל און רוקט אים אַרײַן אין האַנט אַרײַן, און איז אים מכבֿד, אויסער דעם, מיט אַ שטיק טאָרט און מיט אַ פּאָר פֿלעדלעך. וועלוול שטופּט דעם טאָרט מיט די פֿלעדלעך אין בוזעם אַרײַן, דאַנקט און ווינטשעוועט: „דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟, און פֿאַרהוסט זיך ווידער אַ מאָל. איך טו אַ קוק אויף דער מאַמע — און דערזע, אויף אירע שיינע אויגן הענגט אַ טרער.
וועלוול דער שמשׂ האָט מיט זײַן שלח־מנות, וואָס ער האָט געבראַכט „פֿון זיך אַליין‟, אַ ביסל פֿאַרשטערט אונדז דעם יום־טובֿ. אָבער ניט אויף לאַנג. באַלד נאָך זײַן אַוועקגאַנג קומען אָן נײַע פּאַרשוינען מיט נײַע שלח־מנות. און די מאַמע האַלט אין איין טיילן געלט: אַ גראָשן אויף צווייען, צוויי גראָשן אויף דרײַען. און איטלעכער באַזונדער באַקומט אַ שטיקל טאָרט, אַ פֿלעדל, אָדער אַ לעקעכל — לאָז אַן אָרעמאַן אויך וויסן פֿונעם הייליקן יום־טובֿ…
— דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער…
— גם אַתּם! דערלעבט אויך איבעראַיאָר!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.