פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אינעם לוח און דערפֿאַר גלוסט זיך זיי צו זינגען. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולעריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.
אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אַזוי ווי בײַ אַ סך אַזעלכע פּאָפּולערע ייִדישע לידער, איז עס אָבער פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מע האָט עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן.
דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט זיך אַזוי אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.
אויך כּדאַי צו הערן איז דער נוסח פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען געלערנט דאָס ליד „המן־טאַשן‟ („יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט‟ אָדער „האָפּ מײַנע המן־טאַשן‟) אין כּמעט אַלע וועלטלעכע ייִדישע שולן. כאָטש עס ווערט, אַזוי ווי „אַז דער רבי אלימלך‟, הײַנט באַטראַכט ווי אַ פֿאָלקסליד, ווייסט מען יאָ, אַז מ. פּיראָזשניקאָוו האָט עס מחבר געווען.
אָט איז דער באַקאַנטסטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל האָט געמאַכט אין 1967.
אַ מער טראַדיציאָנעלן נוסח האָט געזונגען שׂרה גאָרבי:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.