כאָטש ער איז הײַנט בעסער באַקאַנט דעם ברייטן עולם פֿאַר זײַנע לידער פֿאַר דערוואַקסענע און זײַן ראָמאַן „זעלמעניאַנער‟, איז משה קולבאַק אויך געווען אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער פֿאַר קינדער. אין ווילנע האָט ער געלערנט ייִדישע ליטעראַטור סײַ אין דער באַרימטער „רעאַל־גימנאַזיע‟, סײַ אין אַ פֿאָלקסשול פֿאַר קלענערע קינדער. אַחוץ די קלאַסישע ווערק פֿון שלום־עליכם און י. ל. פּרץ האָט ער אויך געלערנט די לידער און דערציילונגען פֿון זײַנע מיטצײַטלער דוד בערגעלסאָן, איזי כאַריק, לייב קוויקטאָ און נאָך.
קולבאַק האָט אויך אַליין אָנגעשריבן מעשׂיות, דערציילונגען און לידער פֿאַר קליינע קינדער, וואָס ער האָט געניצט אין זײַנע קלאַסן. זײַן באַרימטסט ווערק אַזאַ איז זײַן מעשׂהלע „דער ווינט וואָס איז געווען אין כּעס‟.
לעצטנס האָט מען פֿאַרבעטן דעם אַקטיאָר שיין בייקער פֿאָרצולייענען די מעשׂה פֿאַרן שוועדישן ראַדיאָ. די וווּנדערלעכע רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿון אַ סעריע ייִדישע קינדער־מעשׂיות פּראָדוצירט דורך טאָמאַס לינדערקוויסט. די מעשׂה האָט מען אויסגעקליבן אַ דאַנק דער רעקאָמענדאַציע פֿון ד׳׳ר מרים יודל (עמאָרי־אוניוועריסטעט), וואָס האָט באַזאָרגט לינדערקוויסט מיט איר אייגענער ענגלישער איבערזעצונג. די רעקאָרדירונג נעמט אַרײַן מוזיק געשפּילט דורך פֿרענק לאָנדאָן און דער קאַפּעליע „קול אישה‟.
בייקערס חנעוודיקער אויפֿטריט דערמאָנט דעם קלאַסישן רעציטאַציע־סטיל פֿון אַזעלכע באַרימטע וואָרט־קינסטלער ווי יוסף בולאָף און הערץ גראָסבאַרד, וואָס פֿלעגן אויפֿטרעטן אין ווילנע מיט ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿאַר קינדער, וואָס זיי האָבן אָנגערופֿן „וואָרט־קאָנצערטן‟. גראָסבאַרד, האָט, דרך־אַגבֿ, באַזוכט די קלאַסן פֿון משה קולבאַקן, כּדי צו רעציטירן פֿאַר קולבאַקס תּלמידים.
אָט קען מען הערן ווי גראָסבאַרד לייענט פֿאָר אַנדערע לידער פֿון משה קולבאַקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.