מיר זענען ממשיך מיט אונדזער סעריע פֿון לידער לכּבֿוד חנוכּה.
די צווייטע ליסטע הייבט זיך אָן מיט אַ ליד, וואָס איז מסתּמא דאָס סאַמע־עלטסטע; ווי אַלע באַקאַנטע ייִדישע תּפֿילות, האָבן די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער חזן פּנחס באָרענשטיין זינט דאָס ליד, באַגלייט מיט אַ כאָר.
די בראָסלעווער חסידים האָבן זייער אייגן ניגון, מיט וועלכן זיי זינגען „מעוז צור‟. אָט שפּילט דער באַקאַנטער חסידישער מוזיקער יחיאל פֿראַנק דעם ניגון אויפֿן קלאַרנעט.
אין מאַראָקאָ האָט מען געזונגען די ייִדישע תּפֿילות אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער. אָט הערט ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנער קאַפּעליע שטעלט פֿאָר „מעוז צור‟. עס זינגט הרבֿ מני מיימון כּהן.
נאָך אַן אור־אַלטע תּפֿילה, וואָס איז געוואָרן אַ חנוכּה־ליד איז „הנרות הללו‟. אָט זינגט דער גרויסער וואַרשעווער חזן גרשון סיראָטע „הנרות הללו‟, באַגלייט פֿון אַ כאָר.
חזן סיראָטע איז געווען צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע חזנים אויף דער וועלט אין די 1910ער און 1920ער יאָרן און איז אויפֿגעטראָטן אין צענדליקער לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט געזונגען אין „קאַרנעגי־האָל‟. ער איז אומגעקומען על־קידוש השם, אַ קעמפֿער אינעם וואַרשעווער־געטאָ אויפֿשטאַנד, צו 69 יאָר.
נאָך דעם וואָס גרשון סיראָטע האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע ווי דער חזן אין דער באַקאַנטער וואַרשעווער שיל אויף דער טלאָמאַצקע־גאַס, האָט דער חזן משה קוסעוויצקי איבערגענומען דעם פּאָסטן. חזן קוסעוויצקי האָט איבערגעלעבט די מלמחה אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין אַמעריקע. די דאָזיקע רעקאָרדירונג פֿון זײַן „הנרות הללו‟ האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט אין לאָנדאָן אין 1955.
דער באַקאַנטסטער חזן פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון חזנות איז מסתּמא יאָסעלע ראָזענבלאַט, וואָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, רעקאָרדירט אַ סך חנוכּה־לידער. גאָר אינטערעסאַנט איז זײַן נוסח פֿון „יוונים‟, באַגלייט פֿון משוררים.
פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר געהערט די חנוכּה־לידער פֿון וווּדי גאָטרי און „די וויווערס‟. ווי עס טרעפֿט זיך, האָט פּיט סיגער, אַ זינגער אין דער קאַפּעליע „די וויווערס‟ און אַ חבֿר פֿון גאָטרי אויך רעקאָרדירט אַ נוסח פֿון „חנוכּה, אוי חנוכּה‟ אויף ייִדיש.
און אָט איז אַ פֿילם, אין וועלכן סיגערס נאָענטער חבֿר און קאָלעגע טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל זינגט דאָס זעלביקע ליד. איידער ער הייבט אָן צו זינגען, רעציטירט ער אַן ענגלישן נוסח פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד „אוי איר קליינע ליכטלעך‟.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס איינציקע גאָר־באַקאַנטע חנוכּה־ליד אויף דזשודעזמע איז „אַכט ליכטלעך‟, זענען דאָ צענדליקער אַלטע פֿאָלקסלידער וועגן חנוכּה אין דער ספֿרדישער טראַדיציע, אַ סך מער ווי, למשל, אין דער אַשכּנזישער. אָט שטעלט דזשודי פֿרענקל פֿאָר איר נוסח פֿון איינעם פֿון זיי.
וואָס שייך „אַכט ליכטלעך‟ איז דאָס ליד פֿון פֿלאָרי יאַגאָדאַ גאַנץ פּאָפּולער צווישן דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג און ווערט געזונגען אין אַ סך עפֿנטלעכע שולן אויף די יערלעכע ווינטער־קאָנצערטן. אָט איז גאָר אַ שיינער נוסח פֿון Ocho Kandelikas, וואָס אַ לייענער האָט אַרײַנגעשיקט, אין וועלכן אַ קינדערכאָר פֿון קאָנעטיקאָט שטעלט פֿאָר דאָס ליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.