ניט געקוקט אויף דעם, וואָס חנוכּה איז שטענדיק געווען אַ באַליבטער יום־טובֿ בײַ ייִדן, זענען כּמעט אַלע באַקאַנטע חנוכּה־לידער, בפֿרט די אויף ייִדיש, אָנגעשריבן געוואָרן אין אַמעריקע אין די לעצטע 100 יאָר.
דאָס באַקאַנטסטע חנוכּה־ליד פֿון זיי אַלע, „איך בין אַ קליינער דריידל‟, איז געוואָרן ברייט באַקאַנט אויף ענגליש אין אַמעריקע ווי I Have A Little Dreidel. כאָטש קיינער קען עס ניט באַשטעטיקן אויף זיכער, זעט עס אויס אַז מיכל געלבאַרטס ייִדישן נוסח האָט מען פּשוט צוגעגנבֿעט און פֿאַרוואַנדלט אינעם ענגלישן ליד. די צוויי לידער זענען זייער ענלעך, כאָטש אין געלבערטס ייִדישן אָריגינאַל זינגט דאָס דריידל אַליין וועגן זיך און עס איז געמאַכט פֿון בלײַ. אינעם ענגלישן נוסח מאַכט אַ ייִנגל אַ דריידל פֿון לײם (clay), עפּעס וואָס האָט נישט קיין זינען אָבער וואָס גראַמט זיך יאָ מיטן ענגלישן וואָרט play.
אָט קענט איר הערן ווי דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ זינגט דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט.
vo3sYVSw
און אָט זינגט לאָרי כּהן־סײַמאַן אַ מער טראַדיציאָנעלן נוסח פֿונעם ליד באַגלייט מיט איר קאַפּעליע.
נאָך אַ ייִדיש ליד לכּבֿוד חנוכּה, וואָס איז ברייט באַקאַנט אויף ענגליש (ווי אויך אין ישׂראל אויף העברעיִש) איז „חנוכּה אוי חנוכּה‟. אָט איז אַ פּרעכטיקער נוסח, אין וועלכן טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל זינגט עס אויף אַלע דרײַ שפּראַכן.
און אָט איז אַ פֿילם, אין וועלכן ליפּא שמעלצער זינגט דאָס ליד פֿאַר אַן עולם אין זײַן פּאָפּולערן חסידישן סטיל.
איינס פֿון די עלטסטע חנוכּה־לידער וואָס מע זינגט אין אַמעריקע איז „מי ימלל‟, וואָס די פֿאָלק־קאַפּעליע The Weavers, בראָש מיט פּיט סיגער, האָט רעקאָרדירט אין די 1950ער יאָרן:
כאָטש עס איז ניט ברייט באַקאַנט, קען מען דאָס ליד אויך הערן אויף ייִדיש. הערט ווי לאָרי כּהן־סײַמאַן זינגט איר נוסח פֿון „ווער קען דערציילן‟ פֿון איר אַלבאָם „חנוכּה איז פֿריילעך‟.
איינס פֿון די שענסטע ייִדישע לידער וועגן חנוכּה איז דווקא אַ טרויעריקס. מאָריס ראָזענפֿעלדס „אָ איר קליינע ליכטעלעך‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן בײַם אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט, גיט אַ טרויעריקן בליק אויף דער ייִדישער צוקונפֿט און טאַדלט די ייִדן מחמת זיי האָבן ניט קיין מאַכט און ניט קיין לאַנד. דאָס כּמו־ציוניסטישע ליד שיידט זיך אונטער מיט זײַן פּעסימיסטישן טאָן. אָט זינגט עס לאָרי כּהן־סײַמאַן.
נאָך אַ שיין ליד איז אַבֿרהם רייזענס „ברך אַתּה זינגט דער טאַטע‟, אין וועלכן אַ ייִד דערמאָנט זיך אין זײַן פֿאָטער בעת ער צינדט די ליכט. אָט קענט איר הערן זייער אַ שיינעם נוסח געזונגען דורכן Peace of Heart Choir.
אַ סך לעבעדיקער איז משה אוישערס ענערגעטישע „דריי דריידעלע‟. דאָס אָפּטימיסטישע ליד, אין וועלכן ער מוטיקט די צוהערער זיך צו שטאָלצירן מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם, איז ספּעציעל מערקירוודיק צוליב דעם וואָס ער האָט עס אָנגעשריבן און רעקאָרדירט ניט לאַנג נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. הײַנט זינגען אַ סך קלעזמאָרים דאָס ליד אָבער קיינער פֿון זיי קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אוישערס נוסח.
די אַלטע טראַדיציאָנעלע חנוכּה־לידער ווערן אָפּגעהיט אין דער חסידישער וועלט. אָט קענט איר הערן אַ פּאָר פֿונעם מונקאַטשער כאָר:
אויף ענגליש זענען דאָ אומצאָליקע חנוכּה־לידער. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען, צום באַדויערן, גאַנץ שוואַך. אַ פּאָר שטעלן מיט זיך אָבער פֿאָר אַ שיינעם סינטעז פֿון די אַמעריקאַנער און ייִדישע קולטורן. דאָס באַקאַנטסטע פֿון אַזעלכע לידער, וואָס בינדט צונויף חנוכּה מיטן קלאַנג פֿון די 1960ער יאָרן, איז Light One Candle פֿון „פּיטער, פּאָול און מערי‟:
דער אַמעריקאַנער פֿאָלק־זינגער וווּדי גאָטרי האָט געשריבן צענדליקער לידער אויף ייִדישע טעמעס, צווישן זיי — אַ פּאָר וועגן חנוכּה. ס׳רובֿ פֿון די לידער זענען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן ביז „די קלעזמאַטיקס‟ האָבן אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם אויפֿן סמך פֿון זײַנע חנוכּה־לידער. גאָטרי האָט געהאַט צוויי נאָענטע פֿאַרבינדונגען צו דער ייִדישער ליטעראַטור. ערשטנס איז זײַן שוויגער געווען די פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט, מיט וועמען ער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט. צווייטנס איז זײַן חבֿר און דער מענטש, וואָס האָט פּראָדוצירט אַ סך פֿון זײַנע רעקאָרדירונגען געווען מאָ אַש, דער זון פֿונעם שרײַבער שלום אַש.
אָט קענט איר זען, ווי אַזוי די „קלעזמאַטיקס‟ האָבן פֿאָרגעשטעלט וווּדי גאָטריס ליד „חנוכּה־געלט‟ אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Late Night with Conan O’Brien.
נאָך אַ גאָר טשיקאַווע חנוכּה־ליד פֿון וווּדי גאָטרי איז זײַן באַלאַדע The Many and the Few, וואָס גיט איבער אויף זײַן פֿאָלקישן שטייגער די געשיכטע פֿון חנוכּה. להיפּוך צו ס׳רובֿ חנוכּה־לידער, וואָס מײַדן אויס די עכטע בלוטיקע געשעענישן פֿונעם יום־טובֿ, דערקלערט גאָטרי פּרטימדיק די געשיכטע פֿון די חשמונאָים. טשיקאַווע איז צו באַמערקן, וואָס דער ליבעראַלער זינגער איז דווקא מסכּים אינעם ליד מיט די אַמאָליקע ייִדישע קנאָים:
און אַזוי זינגען עס „די קלעזמאַטיקס‟:
אַ רשימה פֿון חנוכּה־לידער מוז שוין אויך דערמאָנען פֿלאָרי יאַגאָדאַס Ocho Kandelikas (אַכט ליכטעלעך). אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון באָסניע, שרײַבט זי נײַע „פֿאָלקס־לידער‟ אויף איר מוטערשפּראַך דזשודעזמאָ. דאָס ליד האָט זי אָנגעשריבן אין 1983 און עס איז אין גיכן געוואָרן פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.