פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכטע פֿילמען, וואָס מע שאַפֿט כּדי זיי צו ווײַזן אויף פֿאַרשידענע באַנקעטן און גאַלאַס לטובֿת די חסידישע ווויל־טעטיקע אָרגאַניזאַציעס, זענען שוין פֿון לאַנג זייער פּאָפּולער. אין אָט די פֿילמען זעט מען געוויינטלעך ווי אַן ערלעכער ייִד לײַדט פֿון עפּעס אַ פּראָבלעם און ווי אַזוי די אָרגאַניזאַציע, פֿאַר וועמען די צוקוקער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט כּדי צו שאַפֿן געלט, העלפֿט אים אַרויס.
אַזוי ווי אַ סך חסידישע פֿילמען (ווי אויך די ייִדישע פֿילמען וואָס מע האָט געשאַפֿן פֿאַר די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע), זענען די פּרעזענטאַציע־פֿילמען איבער דער מאָס וואָס שייך זייער עמאָציאָנעלקייט (דאָס הייסט אויף ייִנגליש: „שמאַלצי‟). נאָר די חסידישע צוקוקער זענען אָפֿט פֿון זיי דווקא טיף גערירט.
אינעם דאָזיקן פֿילם, אָנגעשריבן און רעזשיסירט דורך שלמה פּערל, פּרובירט אַן ערלעכער זעצער חנינה זיך אַן עצה צו געבן נאָך דעם וואָס מע זאָגט אים אָפּ. ער קען אָבער ליידער ניט באַצאָלן פֿאַר זײַנע טאָג־טעגלעכע באַדאַרפֿענישן ביז אַ יונגערמאַן פֿון דער אָרגאַניזאַציע „רבֿ חסיד‟ העלפֿט אים בסוד אַרויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.