אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז דער ייִדישער וואָדעוויל־זינגער און אַקטיאָר אַל דזשאָלסאָן געווען דער סאַמע פּאָפּולערסטער פֿאַרווײַלער אין אַמעריקע.
ניט געקוקט אויפֿן רעלאַטיוו־פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם צו יענער צײַט האָט דזשאָלסאָן קיינמאָל ניט באַהאַלטן זײַנע ייִדישע וואָרצלען. פֿאַרקערט, זײַן ייִדישקייט איז זייער אָפֿט געווען אַ טייל פֿון זײַן רוטין, אַזוי ווי אינעם סאַמע ערשטן פֿולן פֿילם מיט קלאַנג, „דער דזשעז־זינגער‟, וואָס האָט געוויזן ווי אַ ייִדישער אימיגראַנט, געשפּילט דורך דזשאָלסאָן, ווערט אַסימילירט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אינעם זעלביקן פֿילם טרעט אויף, דרך־אַגבֿ, דער גרויסער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט.
אַל דזשאָלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין מײַ 1886 אין סרעדניק, אַ קליין שטעטל ניט ווײַט פֿון קאָוונע. פֿון דער היים האָט ער געהייסן אַסאַ יואלסאָן. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1894, וווּ זײַן פֿאָטער האָט געפֿונען אַ פּאָסטן ווי אַ חזן און רבֿ אין וואַשינגטאָן די־סי. באַקאַנט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַנע דזשעז־לידער אויף ענגליש, האָט דזשאָלסאָן אָפֿט אַרײַנגעוועבט ייִדישע און העברעיִשע לידער אין זײַנע קאָנצערטן און אַפֿילו אין זײַנע לעבעדיקע אויפֿטרעטן אויפֿן ראַדיאָ.
צווישן זײַנע באַליבטסטע לידער אויף ייִדיש איז געווען דאָס פֿאָלקסליד „אַ חזנדל אויף שבת‟, וואָס ער האָט סײַ רעקאָרדירט פֿאַר פּלאַטעס, סײַ געזונגען אויפֿן ראַדיאָ. דאָס ליד ווײַזט בולט אָן, אַז ווען ער וואָלט געבליבן אַ פֿרומער ייִד אין אייראָפּע וואָלט ער מסתּמא געוואָרן אַ באַקאַנטער חזן. דער גורל האָט אים אָבער דערפֿירט אין אַן אַנדער ריכטונג, און אַ דאַנק דער נײַער ריכטונג איז די אַמעריקאַנער מוזיק אויף אייביק אַנדערש געוואָרן‘. דזשאָלסאָן האָט די מוזיקאַלישע השפּעות פֿון זײַן פֿאָטערס חזנות אַרײַנגעבראַכט אין דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער מוזיק, און די דאָזיקע ווירקונגען הערט מען נאָך אַלץ אין דזשעז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.