דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד אַרום דער וועלט, וואָס איז לכתּחילה געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש, איז אָן שום ספֿק „דאָנאַ דאָנאַ‟, וואָס ווערט געזונגען אין כּמעט אַלע לענדער. טשיקאַווע איז אָבער צו באַמערקן דעם פֿאַקט, אַז להיפּוך צו „אַ ייִדישע מאַמע‟, וואָס אַלע ווייסן, אַז עס איז אַ ייִדיש ליד, ווייסן ס׳רובֿ מענטשן אין גאַנצן ניט, פֿון וואַנען עס שטאַמט „דאָנאַ דאָנאַ‟, און ס׳רובֿ פֿון די וואָס ווייסן, אַז מע האָט עס לכתּחילה געשריבן אויף ייִדיש, פֿאַרפּלאָנטערן דעם מחבר מיט אַן אַנדער באַקאַנטן ייִדישן פּאָעט.
דאָס ליד „דאָנאַ דאָנאַ‟ האָט אָנגעשריבן אַהרן צײַטלין אַרום 1940 אין אַמעריקע ווי אַ טייל פֿון דער פּיעסע „אסתּרקע‟. צײַטלין איז ערשט געהאַט געקומען קיין אַמעריקע, כּדי צו אַרבעטן אין מאָריס שוואַרצס ייִדישן טעאַטער. צוליבן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער ניט געקענט צוריקפֿאָרן קיין וואַרשע. בעת דער מלחמה איז כּמעט זײַן גאַנצע משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן פֿאָטער, דער גרויסער ייִדישער דענקער הלל צײַטלין, און אַהרנס פֿרוי און זון, דערהרגעט געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ.
נאָך דער מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז מע האָט „דאָנאַ דאָנאַ‟ אָנגעשריבן אין אייראָפּע בעת דער מלחמה. צוליב עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש שטייט אָנגעשריבן אין אַ סך ביכער און אויף אַ סך וועבזײַטן, אַז דאָס ליד האָט מחבר געווען יצחק קאַצענעלסאָן, אָדער אין וואַרשעווער געטאָ, אָדער גאָר אויף דער באַן קיין אוישוויץ, וווּ מע האָט אים דערהרגעט. די געשיכטע איז, פֿאַרשטייט זיך, אין גאַנצן ניט אמת. דער מחבר פֿונעם „ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟ האָט ניט געהאַט קיין שום שײַכות צו „דאָנאַ דאָנאַ‟.
דאָס אָריגינעלע ליד אויף ייִדיש איז געוואָרן ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע און איבער דער וועלט במשך פֿון די יאָרן גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און צענדליקער באַקאַנטע זינגער האָבן עס רעקאָרדירט. ספּעציעל איז כּדאַי צו הערן די נוסחאָות פֿון נחמה הענדל (אויבן) און טעאָדאָר ביקעל:
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן דעם „בלוז‟־נוסח פֿון וואָלף קראַקאָווסקי, אין וועלכן דאָס טרויעריקע געוויין פֿונעם פֿאַרבונדענעם קעלבל געפֿינט אַ תּיקון אינעם ביטערן וואָרטש פֿון קראַקאָווסקיס עלעטראָנישער גיטאַר.
פֿון ייִדיש איז דאָס ליד געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער אויף ענגליש אין די אָנהייב 1960ער יאָרן, ווען עס איז אַרײַנגענומען געוואָרן אינעם רעפּערטואַר פֿון די זינגער, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אינעם אויפֿלעב פֿון דער אַמעריקאַנער און בריטישער פֿאָלק־מוזיק. אויף ענגליש האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד די זינגערין דזשאָן באַעז אין 1960. אָט איז איר פּרעכטיקער נוסח פֿונעם ליד:
אַ סך אַנדערע גאָר באַקאַנטע פֿאָלק־זינגער, אַרײַנגערעכנט באָב דילאַן, דאָנאָווין, מאַרי האָפּקין און פּיט סיגער, האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע אייגענע נוסחאָות פֿונעם ליד. הערט זיך צו צום פּרעכטיקן נוסח פֿון דער וועלשישער זינגערין מאַרי האָפּקין:
דאָס ליד האָט מען שפּעטער געזונגען אין פֿאַרשידענע סטילן, בפֿרט „ראָק‟ און „קאָנטרי‟. צווישן אַזעלכע זינגער לאָמיר דערמאָנען דעם טשיקאַוון נוסח פֿון דער אַקטריסע פּאַטי דוק. אָט קען מען זען ווי זי האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד, באַגלייט מיט טענצער, וואָס פּאַסן אין גאַנצן ניט צו דעם ליד, אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע אין די 1960ער יאָרן.
אויף העברעיִש האָט פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד נחמה הענדל, וואָס האָט עס געזונגען אין איר אייגענער העברעיִשער איבערזעצונג אין ישׂראל און אויף ייִדיש אין די תּפֿוצות. אָט קען מען הערן איר נוסח פֿונעם ליד אויף העברעיִש, וואָס איז מוזיקאַליש געטרײַ איר ייִדישן נוסח:
אין דרום־קאָרעע איז „דאָנאַ דאָנאַ‟ געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער ווי אַ פּראָטעסט־ליד קעגן די מיליטערישע דיקטאַטורן (1972־1987) פֿון פּאַרק טשונג־הי און טשאָי קיו־האַ. דאָס ליד איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז די קאָרעיִשע רעגירונג האָט עס אָפֿיציעל פֿאַרווערט אין די 1980ער יאָרן. טשיקאַווע איז צו באַמערקן, אַז דווקא פֿון דרום־קאָרעע איז געקומען איינע פֿון די סאַמע שיינסטע רעקאָרדירונגען פֿונעם ליד, וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש. די קאָרעיִשע אָפּערע־זינגערין סומי דזשאָ האָט דאָס ליד רעקאָרדירט אין 2008.
דאָס ליד איז אויך גאַנץ באַקאַנט אין יאַפּאַן, וווּ עס ווערט געלערנט אין די אָרטיקע שולן. אָט איז אַ טשיקאַווע ווערסיע פֿונעם ליד, וואָס אַ יאַפּאַנישע קאַפּעליע האָט געשפּילט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף יאַפּאַניש, צוזאַמען מיט אַ מונקאַטשער ניגון.
דאָס ליד איז אַזוי ברייט באַוווּסט אין יאַפּאַן, אַז עס ווערט אַפֿילו אַמאָל אַרײַנגעפֿלאָכטן אין די דאָרטיקע „אַנימע‟־פֿילמען. זעט ווי עס זינגען די ראָבאָטן דאָס ליד אינעם פֿאָלגנדיקן עפּיזאָד פֿון אַן אַנימאַציע־פֿילם:
דאָס ליד איז אויך גאַנץ פּאָפּולער אין כינע און וויעטנאַם, וווּ ס׳איז בפֿירוש באַקאַנט ווי אַ „קאַראַאָקע‟־ליד. אָט קען מען הערן אַ שיינעם נוסח אויף וויעטנאַמעזיש:
און אָט זינגט אַ קינדער־כאָר דאָס ליד אויף כינעזיש:
דער נוסח פֿון „דאָנאַ דאָנאַ‟, וואָס איז געוואָרן פּאָפּולער אין וויעטנאַם איז אַן איבערזעצונג פֿון אַ פֿראַנצויזישן נוסח, וואָס עס האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט דער באַקאַנטער פֿראַנצויזישער זינגער קלאַוד פֿראַנסואַ. דער פֿראַנצויזישער נוסח איז באמת ניט קיין איבערזעצונג, נאָר אַ ליד מיט דער זעלביקער מוזיק און רעפֿרען, אָבער אין גאַנצן אַנדערע ווערטער. אָט קען מען זען ווי קלאַוד פֿראַנסואַס האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן „דאָנע דאָנע‟ אויף דער פֿראַנצויזישער טעלעוויזיע אין 1964:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.