ווען דער גרויסער אונגערישער־ציגײַנער דיריגענט און פֿידלער שאַנדאָר יאַרוקאַ איז געשטאָרבן אין 1985, איז די גאַנצע ציגײַנערישע מוזיק־וועלט געקומען צו זײַן לוויה. אַלע האָבן מיטגעבראַכט זייערע אינסטרומענטן, כּדי זיך צו געזעגענען מיט זייער גײַסטיקן פֿירער. פֿון דעם דאָזיקן אימפּראָוויזירטן קאָנצערט בײַם פֿרישן קבֿר אין אַ קאַלטן, רעגנדיקן טאָג איז געבוירן געוואָרן דער „בודאַפּעשטער ציגײַנערישער אָרקעסטער‟.
דער אָרקעסטער איז ספּעציעל באַקאַנט פֿאַר זײַנע לעבעדיקע פֿאָרשטעלונגען פֿון פּאָפּולערע קלאַסיקער — בראַמס, סאַראַסאַטע, ליסט, שטראַוס און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן. אָבער אין דעם דאָזיקן אויסצוג פֿון אַ קאָנצערט אין 2008, אונטער דער דיריגירונג פֿונעם „ערשטן פֿידלער‟ שאַנדאָר בופֿו ריגו, שפּילט דער אָרקעסטער אַן אינסטרומענטאַלן נוסח פֿונעם ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, ווי אויך פֿונעם העברעיִשן „הבֿאנו שלום עליכם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.