די אָנפֿירער פֿון יעדן זומער־לאַגער ווילן, אַז זייערע „קעמפּערס‟ זאָלן האַלטן אַז זייער „קעמפּ‟ איז דער בעסטער אויף דער וועלט. דער בעלצער זומער־לאַגער אין מאָנטרעאָל, „מחנה בני־בעלזא‟, איז ניט קיין אויסנאַם, נאָר ער האָט עפּעס וואָס ס׳רובֿ קעמפּס האָבן ניט: אַ מוזיק־ווידעאָ וואָס פּראָקלאַמירט, אַז דווקא ער איז דער בעסטער אויף דער וועלט.
דאָס ליד, געשאַפֿן דורך סרולי זינגער און כעסקי פֿיש, נעמט אַרײַן די קינדער־סאָלאָיִסטן מרדכי שפּיראָ און פּיני קלײַן. אַזוי ווי אַ סך הײַנטצײַטיקע חסידישע לידער, ווערט די מוזיק געשפּילט אין אַן „עלעקטראָנישן־פּאָפּ‟־סטיל, וואָס דערמאָנט אַ ביסל אין דער מוזיק פֿון די פּאָפּולערע אַנימאַציע־פּראָגראַמען אויף דער טעלעוויזיע פֿון די 1990ער יאָרן ווי The Animaniacs. כאָטש מע האָט אַנדערש געמאַכט זייערע קולות דורך די עלעקטראָנישע „מיקס‟־מאַשינען, קען מען נאָך אַלץ הערן אַז די קינדער קענען שיין זינגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.