צוויי ייִדישע לידער זענען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע אויף ענגליש: „דאָנאַ דאָנאַ‟ און „אַ ייִדישע מאַמע‟, אינעם ענגלישן נוסח — My Yiddishe Momme. ביידע לידער זענען געווען ריזיקע שלאַגערס אויף ביידע שפּראַכן און ווערן הײַנט געזונגען אַרום דער וועלט אויף צענדליקער שפּראַכן. כאָטש ס׳רובֿ אַמעריקאַנער (שוין אָפּגערעדט פֿון פֿראַנצויזן און יאַפּענעזער), ווייסן בכלל ניט, אַז „דאָנאַ דאָנאַ‟ איז לכתּחילה געווען אַ ייִדיש ליד, ווייסן אַלע גלײַך בײַם צוהערן זיך צו „אַ ייִדישער מאַמע‟ וועגן וואָס עס האַנדלט זיך דאָרט.
“אַ ייִדישע מאַמע”, בפֿרט אין זײַן ענגלישן נוסח, טראָגט אין זיך די סטערעאָטיפּישע עמאָציאָנעלע קנייטשן פֿונעם אַמעריקאַנער „וואָדעוויל‟ פֿון די 1920ער יאָרן און ס׳איז קיין חידוש ניט, וואָס אַ לידער־שרײַבער פֿאַר „וואָדעוויל‟, דזשעק יעלען, האָט אָנגעשריבן דעם טעקסט.
יעלען, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און איז געקומען קיין אַמעריקע ווי אַ קינד, האָט געשאַפֿן מער ווי 200 דעמאָלט באַקאַנטע לידער, אַ סך פֿאַר דער ייִדישער זינגערין און אַקטריסע סאָפֿי טאָקער.
טאָקער (פֿון דער היים סאָניע קאַליש) איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און איז צום מערסטנס באַקאַנט געווען פֿאַר איר גרעבלעכער קאָמעדיע. ווען זי האָט אַרויסגעלאָזט דאָס ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟ אויף אַ פּלאַטע אין 1925 איז עס אומדערוואַרט געוואָרן אַ שלאַגער, און פֿאַרקויפֿט איבער אַ מיליאָן עקזעמפּלאַרן, אַ געוואַלדיקע צאָל צו יענער צײַט.
דאָס ליד איז אויך געווען איינס פֿון די סאַמע ערשטע לידער, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין אַמעריקע אין אַ צוויישפּראַכיקן פֿאָרמאַט. אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער פּלאַטע האָט טאָקער געזונגען אויף ענגליש און אויף דער צווייטער — אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן טאָקערס רעקאָרדירונג אויף ביידע שפּראַכן:
אין די 97 יאָר זינט טאָקער האָט דאָס ליד פּאָפּולאַריזירט, האָבן ממש הונדערטער באַקאַנטע זינגער אַרויסגעלאָזט זייערע אייגענע נוסחואָת פֿונעם ליד, אויף ענגליש, ייִדיש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, שפּאַניש, אונגעריש, דײַטש, פֿיניש און אַפֿילו אַראַביש. צווישן זיי איז כּדאַי צו דערמאָנען אַזעלכע נעמען ווי בילי האָלידיי, טאָם דזשאָנס, ניל צדקה און קאַני פֿראַנציס.
האָלידייס נוסח, רעקאָרדירט בעת אַן אומפֿאָרמעלער רעפּעטיציע, איז כּדאַי צו הערן.
אויף ייִדיש זענען ספּעציעל באַרימט געוואָרן די נוסחואָת פֿון די בערי־שוועסטער און יאָסעלע ראָזענבלאַט. אָט קענט איר הערן ווי עס האָבן דאָס ליד פֿאָרגעשטעלט די בערי־שוועסטער אויף ענגליש און ייִדיש:
דאָס ליד קען מען הײַנט אויך הערן אין דער חסידישער וועלט. מע קען זען ווי דער „שירה־כאָר‟, צוזאַמען מיט דער „פֿריילעך־קאַפּעליע‟ האָבן אויפֿגעפֿירט דאָס ליד אויף אַ שׂימחה לכּבֿוד אַ נײַער ספֿרי־תּורה אין ברוקלין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.