Oyneg Shabes

ווידעאָ: ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן וועגן ליבע און טשערנאָוויץ

Video: Beyle Schaechter-Gottesman on Love and Czernowitz

  • Print
  • Share Share

אַרום אַ יאָר איידער די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן איז אַוועק אין דער אייביקייט, האָט לייזער בורקאָ געמאַכט מיט איר אַן אינטערוויו וועגן דעם ווי אַזוי מענטשן אין איר היימשטאָט טשערנאָוויץ האָבן זיך פֿאַרליבט און די ווערטער וואָס זיי האָבן זיך גענוצט כּדי צו רעדן וועגן קרובֿים, פֿרײַנט און געליבטע. צווישן אַנדערע טעמעס שילדערט ביילציע די אַמאָליקע מאַרק־גנבֿים און פּראָסטיטוטקעס, ווי אַזוי די יונגע־לײַט פֿלעגן פֿאַרברענגען צוזאַמען און די „פֿרײַע ליבע‟ (מע האָט געגלייבט אין איר, „כאָטש טעאָרעטיש‟). זי דערציילט אויך אַ ביסל וועגן איר משפּחה־געשיכטע.

פֿונעם אינטערוויו דערוויסט מען זיך אַז דאָס אַמאָליקע שטעטלדיקע לעבנסשטייגער וואָס איז אונדז באַקאַנט פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער איז פֿאַר די טשערנאָוויצער ייִדן פֿון איר דור שוין געווען גאַנץ אַלטמאָדיש. וואָס שײך ליבע און מענטשלעכע באַציִונגען איז די וועלט פֿאַר די יונגע ייִדן אין די גרויסע שטעט געווען מער ענלעך צו דער הײַנטיקער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער קולטור איידער דעם שטעטל פֿון זייערע באָבע־זיידעס אָדער די הײַנטיקע פֿרומע לעבן אין ברוקלין.