הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 74סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. צוליב דעם, וואָס דער פּינקטלעכער יאָרטאָג איז מיטוואָך, דעם 19טן אַפּריל, די קומענדיקע וואָך, שטעלן מיר צו אַ זעלטענעם פֿילם, אין וועלכן די אַקטריסע הדסה קעסטין לייענט פֿאָר בינעם העלערס האַרץ־רײַסנדיק ליד וועגן דעם אויפֿשטאַנד בעת אַ וואָרט־קאָנצערט בײַם „ייִדישן קולטור־קלוב‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1990.
בינעם העלער איז אַליין ניט געווען אין וואַרשעווער געטאָ, אָבער ס׳רובֿ פֿון זײַן משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן מאַמע, ברידער און שוועסטער, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, זענען דאָרטן פֿאַרשפּאַרט געווען און שפּעטער אומגעקומען. אינעם ליד „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟ שילדערט ער ווי אַזוי ס׳האָט בײַ זיי אפֿשר אויסגעזען דער לעצטער פּסח, און ער פֿאַרבינדט דערבײַ די גרויליקע געשעענישן אין דער געטאָ מיט דער געשיכטע, וואָס ווערט דערציילט בײַם פּסחדיקן סדר. ס׳איז אַ ליד, וואָס איז כּדאַי צו הערן יעדעס יאָר, סײַ אויפֿן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד, סײַ בײַם סדר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.