עס קען זײַן, אַז אחוץ מאַרק וואַרשאַווקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, איז ניטאָ קיין ליד אויף ייִדיש פֿון אַ באַקאַנטן מחבר, וואָס איז אַזוי ברייט באַליבט ווי איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין די 1930ער יאָרן, איז עס געווען אַזוי ברייט באַוווּסט פֿאַרן חורבן, אַז ס׳איז אַפֿילו פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן.
זייער אַ סך באַקאַנטע זינגער האָבן רעקאָרדירט אַן אייגענעם נוסח פֿונעם ליד. איידער מע הערט זיך צו צו געוויסע פֿון זיי איז עס אָבער קודם כּדאַי זיך צוצוהערן צו דעם, ווי אַזוי איציק מאַנגער האָט אַליין פֿאָרגעלייענט דאָס ליד.
ווי דערמאָנט, קען מען געפֿינען פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות פֿונעם ליד. צווישן די שיינסטע איז אַ רעקאָרדירונג פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס איז אַרויס אויף איר קאָמפּאַקטל „בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע‟. די רעקאָרדירונג קלינגט באמת היימיש, ניט בלויז ווײַל מאַנגערס ייִדישער דיאַלעקט איז געווען גאַנץ נאָענט צו שעכטער־גאָטעסמאַנס, נאָר אויך צוליב די מוזיקאַלישע קנייטשן וואָס זי גיט צו, וואָס דערמאָנען מאַנגערס ריטעם בײַם לייענען. אין איר נוסח הערט מען טאַקע די קלאַנגען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער בוקאָווינע, פֿון וועלכער ביידע האָבן געשעפּט אַ סך פֿון זייער ליטעראַרישער אינספּיראַציע.
מער אָפֿט ווי אַלע אַנדערע זשאַנערן הערט מען הײַנט דאָס ליד געזונגען, קודם, ווי אַ קונסטליד. אָט זינגט נחמה ליפֿשיץ איר נוסח פֿונעם ליד:
גאַנץ פּאָפּולער זענען אויך די מער טעאַטראַלע צוגאַנגען צום ליד. אָט שטעלט פֿאָר דודו פֿישער זײַן נוסח פֿונעם ליד בעת אַ קאָנצערט מיטן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין ישׂראל.
אַ שיינער נוסח אין אַ מער פּאָפּולערן מאָדערנעם „פֿאָלק‟־סטיל שטעלט פֿאָר די באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין.
איינער פֿון די סאַמע שיינסטע רעקאָרדירונגען פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ וואָס איז אַרויס אין די לעצטע 10 יאָר, האָט געמאַכט עפֿים טשאָרני. אין זײַן נוסח שטעלט ער פֿאָר די מעלאָדיע ווי אַ וויגליד.
אויך כּדאַי צו הערן איז משה אוישערס נוסח פֿונעם ליד. איך האַלט, פּערזענלעך, אַז די מוזיקאַלישע באַגלייטונג איז אַ ביסל איבערגעטריבן, אָבער ס׳איז גאָר אינטערעסאַנט צו הערן די השפּעות פֿון חזנות און אַפֿילו דזשעז אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג.
דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ אַ קאָנצערט פֿונעם לעגענדאַרן קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס. צווישן די לידער, וואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט בעתן קאָנצערט, געפֿינט זיך „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. עס זינגט מאַקס גאָלדבערג. דאָס ליד הייבט זיך אָן 34:38.
מע האָט בכלל ניט אויפֿגעהערט צו שאַפֿן נײַע נסחאָות פֿונעם ליד. די שוועדישע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „דיבוקים‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן „ראָק‟־נוסח פֿונעם ליד אין 2010, צוזאַמען מיט אַ מוזיק־ווידעאָ.
אין 2014 האָבן לענקאַ ליכטנבערג און יאיר דלאל אַרויסגעלאָזט אַן אוניקאַלן אַלבאָם „וויגלידער פֿון גלות‟, אין וועלכן זיי האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַשכּנזישע און איראַקישע ייִדן. אין זייער צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ ברענגט דלאלס אוד־שפּילן עפּעס נײַ צום ליד, וואָס איז ממש אַן אַנטפּלעקונג. דאָס ליד האָט אויך אַן ערנסטן טאָן אויף אַראַביש, וואָס עס פֿעלט אָפֿט אויף ייִדיש און וואָס פּאַסט זיך זייער גוט צו צום טרויער, וואָס באַהאַלט זיך אונטערן אויבערפֿלאַך פֿונעם ליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.