אײנס פֿון די באַליבטסטע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַר די זינגער, װאָס זינגען ניט געװײנטלעך אויף ייִדיש, איז „אַבי געזונט‟.
עס קען זײַן, אַז די אָפּטימיסטישע פּערספּעקטיװ פֿונעם ליד און זײַן דזשעז־סטיל ציִען צו אַ ריי טאַלאַנטירטע אַרטיסטן. עס העלפֿט אױך, אַז דער גרױסער אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער קאַב קאַלאָװײ האָט אַרױסגעלאָזט אַ ליד מיטן נאָמען „אַבי געזונט‟, כאָטש עס האָט גאָרניט געהאַט קײן שײַכות צום אָריגינאַל, אַחוץ די־אָ צװײ װערטער.
װײניק מענטשן געדענקען הײַנט, אַז אַחוץ דעם װאָס מאָלי פּיקאָן איז געװען די ערשטע זינגערין פֿונעם ליד, האָט זי עס אױך מחבר געװען. פּיקאָן האָט עס אָנגעשריבן פֿאַר איר העלדין אינעם פֿילם „מאַמעלע‟, אַ ראָמאַנטישע מוזיקאַלישע קאָמעדיע אױפֿן סמך פֿון „צינדערעלאַ‟, רעזשיסירט דורך יוסף גרין. די אָריגינעלע מוזיק, פֿון אײב עלשטײן, װערט געשפּילט פֿון אַן אָרקעסטער אין אַ מער קלאַסישן סטיל; דער דזשעז־צוגאַנג האָט זיך, אַ פּנים, אַנטװיקלט שפּעטער, אין אַמעריקע.
אָט דער דזשעז־סטיל הערט מען בולט אינעם נוסח פֿון די שװעסטער בערי, װאָס האָבן געזונגען דאָס ליד אױפֿן ייִדישן ראַדיאָ אין די 1940ער יאָרן װי אַ טײל פֿון זײער פּראָגראַם.
אױף ענגליש זינגט מען געװײנטלעך דאָס ליד פּאַמעלעכער. אָט קען מען הערן װי די זינגערין אַמאַנדאַ קינג שטעלט פֿאָר דאָס ליד מיט אַ דזשעז־קאַפּעליע. איר ייִדיש הינקט אונטער אָבער דער ענגלישער נוסח איז װוּנדערלעך.
אין אַן ענלעכן סטיל האָט די יונגע זינגערין לאה רײס־דעניס פֿאָרגעשטעלט „אַבי געזונט‟ אױף דער ייִדיש־װאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.