פּיט סיגער (1919־2014) איז צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַן קאַריערע ווי אַ פּאָפּולערער זינגער במשך מער ווי 70 יאָר. אַחוץ דעם איז ער אויך געווען אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט, אַ געניטער עטנאָמוזיקאָלאָג, אַ מוזיק־פֿאַרלעגער, אַ מוזיקאַלישער פּראָדוצענט און נאָך.
אין זײַן שליחות ווי אַן עטנאָמוזיקאָלאָג איז סיגער ניט בלויז געווען אַ שטאַרקער שטיצער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלק־מוזיק־טראַדיציע, נאָר אויך פֿון די טראַדיציאָנעלע זינגער פֿון מוזיק פֿון אַלע עקן וועלט. דורך זײַנע קאָנצערטן, ראַדיאָ־פּראָגראַמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַם האָט ער פֿאָרגעשטעלט צום אַמעריקאַנער עולם זינגער פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע לענדער און קולטורן לאַנג איידער דער באַגריף פֿון מולטיקולטוראַליזם איז געווען אין דער מאָדע.
צווישן זײַנע פֿרײַנד און קאָלעגן זענען געווען אַ ריי אַנדערע עטנאָמוקאָלאָגן, אַרײַנגערעכנט מאָ אַש (דער זון פֿון שלום אַש און גרינדער פֿון Folkways Records) און די אָנפֿירנדיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין פֿון ייִדישער מוזיק — רות רובין. אויבן קען מען זען, ווי פּיט סיגער און רות רובין שטעלן פֿאָר „טומבאַלאַלײַקע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest, וואָס מע האָט טראַנסימיטירט אין 1965 און 1966.
סיגער האָט אויך באַגלייט רות רובין מיטן באַנדזשאָ אויף אַ ריי קאָנצערטן, ווי אויך אויף אַן אַלבאָם פֿון ייִדישע קינדערלידער, וואָס מאָ אַש האָט פּראָדוצירט פֿאַר זײַן פֿירמע „פֿאָלקווייס‟. אָט קען מען הערן ווי רות רובין און פּיט סיגער שטעלן פֿאָר דאָס ליד „טאַנץ טאַנץ‟. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן ווי סיגערס באַנדזשאָ־שפּילן גיט צו צום ליד דווקא אַן אַמעריקאַנער (און דערצו אַפּאַלאַטשיאַנער) טעם.
אַליין אַ קענער פֿון יאַפּעניש, דײַטש און רוסיש, האָט סיגער זיך אויסגעלערנט זינגען לידער אויף צענדליקער שפּראַכן פֿון די געסט אויף זײַנע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכנט ייִדיש און העברעיִש. אַחוץ מאָ אַש און רות רובין האָט סיגער זיך געלערנט ייִדישע לידער פֿון זײַן חבֿר טעאָדאָר ביקעל און פֿון דער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט, די שוויגער פֿון זײַן נאָענטן חבֿר און מענטאָר, דעם לענגענאַרן אַמעריקאַנער פֿאָלקזינגער וווּדי גאָטרי. גאָטרי, סיגער און גרינבלאַט פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען מיט אַנדערע זינגער און זיך טיילן מיט די לידער.
אָט קען מען זען ווי ער שטעלט פֿאָר דאָס סאָוועטיש־ייִדישע ליד „דזשאַנקױע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.