פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אַ סך גויים גוט געקענט ייִדיש אָבער בלויז איינער פֿון זיי איז געווען אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿילם שטערן: דזשיימס קאַגני.
קאַגני, וואָס איז באַקאַנט איבערהויפּט פֿאַר זײַנע ראָלעס אין די פּאָפּולערע „גענגסטער‟־פֿילמען פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, האָט געוויינטלעך געשפּילט שטאַרקע באַנדיטן, פּאָליציאַנטן, סאָלדאַטן אָדער ענלעכע טיפּן. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט ווי אַ קינד אויפֿן „איסט־סײַד‟, וווּ זײַן אָרעמע משפּחה האָט געוווינט אין אַ טענעמענט־הויז וואָס איז געווען כּמעט אויסשליסלעך באַפֿעלקערט פֿון ייִדן. לויט עטלעכע לעגענדעס, האָט זײַן ייִדיש אים געהאָלפֿן אין האָליוווּד, וווּ די ייִדישע אייגנטימער פֿונעם גרויסן פֿילם־סטודיאָ Warner Brothers האָבן אים כּלומרשט פּרובירט אָפּצונאַרן בעת אַ פֿאַרהאַנדלונג איבער אַ קאָנטראַקט דורכן רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש. לויט דער לעגענדע האָט קאַגני זיי שאָקירט דורכן שרײַען אויף זיי מיט אַ פּאָר זאַפֿטיקע ייִדישע קללות.
קאַגני האָט גערעדט ייִדיש אין צוויי פֿון זײַנע פֿילמען, „טאַקסי‟ און The Fighting 69th, אַ דראַמע וועגן אַן אַמעריקאַנער פּאָלק בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין „טאַקסי‟ שפּילט ער אַ טאַקסי־שאָפֿער וואָס אָרגאַניזירט אַ בלוטיקן קאַמף קעגן אַן אַנדער גרופּע טאַקסי־שאָפֿערן, וואָס גנבֿענען בײַ אים קליענטן. פֿאַר דעם וואָס דער פֿילם ווערט אָבער שרעקלעך פֿאַרבלוטיקט, כאַפּן זיך אַרײַן אַ פּאָר מאָמענטן פֿון קאָמעדיע, צווישן זיי די הומאָריסטישע סצענע, אָן קיין שום אונטערקעפּלעך אָדער דערקלערונג, אין וועלכער אַ ייִדישער אימיגראַנט שרײַט בייז אויף אַ פּאָליציאַנט. דער פּאָליציאַנט, וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש, ווייסט ניט וואָס צו טאָן מיטן שרײַענדיקן אימיגראַנט, ביז עס קומט אָן דער העלד פֿונעם פֿילם, דעם טאַקסי־שאָפֿער מאַקס נאָלען (קאַגני). זעט וואָס געשעט ווײַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.