לכּבֿוד דעם 208סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן אַמעריקאַנער פּאָעט עדגאַר אַלען פּאָו האָב איך באַשלאָסן פֿאָרצושטעלן אַ ווידעאָ, וואָס איך האָב געמאַכט מיט פֿיר יאָר צוריק ווען איך האָב געאַרבעט אינעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אינעם פֿילם לייענען לייבל און סענדער באָטוויניק פֿאָר פּאָוס סאַמע באַרימטסטע ליד, „דער ראָב‟ סײַ אינעם אָריגינעלן ענגליש, סײַ אין דער פּרעכטיקער ייִדישער איבערזעצונג פֿון לייב נײַדוס.
דעם קלאַנג האָב איך גענומען פֿון אַ רעקאָרדירונג פֿון אַ פּראָגראַם געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם פּאָעט לייב נײַדוס, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן אָקטאָבער 1982 בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟. די רעקאָרדירונג איז איינע פֿון איבער טויזנט רעקאָרדירונגען פֿון מאָנטרעאָל, וואָס איך און שפּעטערדיקע סטיפּענדיאַנטן אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס האָבן דיגיטאַליזירט ווי אַ טייל פֿונעם „קלאַנגאַרכיוו א׳׳ן פֿון פֿראַנצין בראַנדט‟. מע קען זיך צוהערן צו דער גאַנצער פּראָגראַם. אָט איז די צווייטע העלפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.