די אַמעריקאַנער פֿאָלק־טראַדיציע פֿאַרמאָגט, אַזוי ווי די ייִדישע, זייער אַ סך פֿינצטערע לידער וועגן מענטשן, וואָס לײַדן צוליב די שלעכטע באַשלוסן וואָס זיי האָבן געמאַכט אינעם לעבן.
צווישן די באַקאַנטסטע פֿון דעם זשאַנער אין אַמעריקע איז דאָס ליד „די שטוב פֿונעם זונאויפֿגאַנג”, וואָס עקזיסטירט אין אַ פּאָר פֿאַרשידענע נוסחאָות אָבער וואָס האַנדלט זיך שטענדיק וועגן אַ שאַנדהויז אין ניו־אָרלינס, וווּ אַ יונגער מענטש איז רוינירט געוואָרן. כאָטש מע ווייסט אויף זיכער, אַז מע האָט געזונגען דאָס ליד אין אַפּאַלאַטשיע, טעקסאַס און לויִזיאַנע אין די סוף־1800ער יאָרן, איז דאָס ליד ניט ברייט באַקאַנט געוואָרן ביז די 1940ער יאָרן, ווען אַזעלכע פּאָפּולערע פֿאָלקזינגער ווי וווּדי גוטרי, לעד־בעלי און פּיט סיגער האָבן עס רעקאָרדירט. אין 1964 איז אַ ראָק־נוסח פֿונעם ליד, געזונגען דורך דער בריטישער קאַפּעליע The Animals געוואָרן אַ ריזיקן שלאַגער, איינער פֿון די גרעסטע פֿונעם יאָרצענדליק.
ס׳איז קלאָר בײַם הערן דעם נײַעם נוסח פֿון דער שוועדישער „מעטאַל־גרופּע” „דיבוקים”, אַז זי נעמט די מוזיק פֿון The Animals און גיט צו אַ מער „מעטאַלענעם” טעם, בפֿרט אין די לאַנגע שרײַענדיקע נאָטן פֿונעם רעפֿרען. די איבערזעצונג איז אין גאַנצן געטרײַ דעם נוסח פֿון The Animals מיטן אויסנאַם פֿון דער שטאָט וווּ עס געפֿינט זיך דער בית־זונות: אַנשטאָט ניו־אָרלינס שטייט ער דווקא אין תּל־אָבֿיבֿ. ס׳איז אַן אינטערעסאַנטער באַשלוס, ווײַל ווען מע טראַכט וועגן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן און שאַנדהײַזער טראַכט מען גיכער פֿון וואַרשע, ווילנע אָדער בוענאָס־אײַרעס איידער די „ערשטע העברעיִש־רעדנדיקע שטאָט”. ס׳איז קלאָר, אָבער, אַז מע וויל ניט בלויז מאַכן דאָס ליד מער ייִדישלעך, נאָר אויך מער הײַנטצײַטיק און, צום באַדויערן, איז תּל־אָבֿיבֿ, אַחוץ איר „באַוהאַוס”־אַרכיטעקטור און פּלאַזשעס, אַ שטאָט וואָס איז הײַנט אויך באַקאַנט פֿאַר פּראָסטיטוציע. כאָטש אַ ייִדישער מעטאַל־נוסח פֿון „די שטוב פֿון דער זונאויפֿגאַנג” קען קלינגען ווי עס קומט פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס, איז דער דאָזיקער פּרוּוו פֿאָרט אַ געלונגענער ווײַל די טעמעס פֿונעם ליד זענען פֿאָרט אוניווערסאַלע
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.