Oyneg Shabes

לענאָרד כּהן זינגט אויף ייִדיש

Leonard Cohen Sings in Yiddish

  • Print
  • Share Share

ס׳איז שוין פֿאַרבײַ צוויי חדשים, זינט עס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער גרויסער זינגער און פּאָעט לענאָרד כּהן ז״ל, וואָס האָט, מער ווי אַלע אַנדערע באַקאַנטע ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטן און זינגער פֿון זײַן דור, געשריבן וועגן ייִדישע טעמעס. לכּבֿוד זײַנע שלושים (כאָטש מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג צוליב חנוכּה) האָב איך געטראַכט אַז ס׳איז כּדאַי ווידער אַרויפֿצושטעלן דעם ווײַטערדיקן פּאָסט פֿון מײַ וועגן אַ פֿילם, אין וועלכן כּהן שטעלט פֿאָר אַ פֿאָלקסדליד אויף ייִדיש.


במשך פֿון די יאָרן האָבן פֿאַרשידענע מענטשן מיך געשטעלט די פֿראַגע: צי רעדט דער זינגער לענאָרד כּהן ייִדיש?

עס דאַכט זיך מיר, אַז דער ענטפֿער איז ניין. ער האָט אָבער יאָ געזונגען אַ פּאָר לידער אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דאָס פֿאָלקסליד „אַז דער רבי זינגט‟, אויף זײַנע קאָנצערטן, בפֿרט אין אייראָפּע. אויבן קען מען זען, ווי ער האָט געזונגען דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין ווין אין 1976.

עס איז אָבער יאָ פֿאַראַן איין אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונג צווישן לענאָרד כּהן און דער ייִדישער ליטעראַטור. איידער לענאָרד כּהן איז געוואָרן אַ וועלט־באַרימטער זינגער, איז ער קודם געווען אַ ניט־אַזוי־באַרימטער פּאָעט. כּהן האָט זיך געהאַלטן דווקא פֿאַר אַ ייִדישן פּאָעט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן זײַנע לידער אויסשליסלעך אויף ענגליש.

אין 1964 האָט זײַנע אַ באַקאַנטע, ד״ר רות ווײַס, אים פֿאַרבעטן אָנטיילצונעמען אין אַ דיסקוסיע בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟, צוזאַמען מיט איר, דער מחברטע איידעלע ווײַסמאַן און דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער מלך ראַוויטש. די פֿיר האָבן אַרומגערעדט די פֿראַגע: צי קען מען שאַפֿן ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש? די דיסקוסיע צווישן ראַוויטש און כּהן איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ דעבאַטע און ס׳איז קלאָר אין געוויסע מאָמענטן, אַז ביידע גרויסע שרײַבער האָבן ניט געהאַלטן איינער פֿונעם אַנדערן. כּהן האָט אין ראַוויטשן דערזען אַן אַנאַכראָניזם פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט, און ראַוויטש האָט אין כּהנען געזען אַ חוצפּהדיקן יונגאַטש, וואָס האָט ניט געוווּסט, פֿון וואַנען עס וואַקסן די פֿיס. אַ רעקאָרדירונג פֿון דער פּראָגראַם קען מען הערן אָט דאָ:

ערשטער טייל:

צווייטער טייל: