(Page 2 of 2)
די צאָל 8, וואָס איז גובֿר די גרענעצן פֿונעם געוויינטלעכן וואָך־ציקל, רעפּרעזענטירט דעם ענין פֿון איבערנאַטירלעכקייט און ניסים. אין זײַן ספֿר „דבֿרי ישׂראל‟ באַנוצט זיך דער מאָדזשיצער רבי מיטן סימבאָל פֿון דער מוזיקאַלישער אָקטאַווע, וואָס באַשטייט פֿון זיבן נאָטן. נאָך דער לעצטער נאָט חזרט זיך איבער די ערשטע, אָבער קלינגען קלינגט עס אַנדערש, מיט אַ העכערן טאָן.
מע קאָן אויך פֿאַרגלײַכן יוספֿס נבֿואה וועגן די זאַטע און הונגערישע יאָרן מיט די חנוכּה־טעג. הגם מיר פּראַווען אונדזער הײַנטיקן יום־טובֿ במשך פֿון 8 טעג, קאָן מען זאָגן, אַז דער אַכטער טאָג איז אַ מין הוספֿה צום עיקר־נס מיטן אייל אינעם בית־המיקדש, וועלכער האָט איין טאָג אָפּגעברענט על־פּי־טבֿע, ווי געוויינטלעך. צוליב די איבעריקע 7 ניסימדיקע טעג האָבן די חז״ל מצרף געווען דעם „נאַטירלעכן‟ ערשטן טאָג פֿונעם נס־חנוכּה. פֿון דער צווייטער זײַט, טראָגט דער לעצטער טאָג פֿונעם יום־טובֿ דעם ספּעציעלן נאָמען: „זאת חנוכּה‟. על־פּי־קבלה, שטעקט אינעם דאָזיקן טאָג דער כּוח פֿון תּשובֿה; אויב עמעצער האָט נישט גענוג געבעטן דעם באַשעפֿער מוחל צו זײַן די עבֿירות אין די ימים־נוראָים, קאָן מען נאָך אַלץ באַקומען די מחילה דעם אַכטן טאָג חנוכּה. עס באַקומט זיך, אַז דער סימבאָליזם פֿון דער צאָל 7 איז אויך בנימצא אין דער חנוכּה־מעשׂה. פֿון דער צווייטער זײַט, געפֿינען מיר דעם חנוכּה־סיבמאָליזם אין אונדזער פּרשה. נאָך די 7 זאַטע יאָר האָט אין דער וועלט אָנגעהויבן שפּילן די „אַכטע נאָט‟. ס׳איז געקומען אַ נײַער פּעריאָד פֿון הונגער, וועלכער האָט פֿאָרט, פּאַראַדאָקסיש, געדינט ווי אַ שטאַפּל פֿון יוספֿס גאולה.
אונדז דאַכט זיך צומאָל, אַז דאָס לעבן פֿאָלגט אַלעמאָל די זעלבע איבערגעחזרטע רוטין. נאָך די וואָכעדיקע טעג קומט אַלעמאָל שבת; די יאָרן גייען אַוועק איינס נאָכן צווייטן, און ווערן זעלטן בעסער. לויטן משל פֿון רבי נחמן בראַצלעווער, דערנעענטערן מיר זיך צום סוף פֿונעם לעבן ווי אַ פֿאַרברעכער, וואָס ווערט געפֿירט אין אַ פֿערד־און־וואָגן צו דער תּליה.
אין דער אמתן, הגם ר׳ נחמנס פֿאַרגלײַך קלינגט מרה־שחורהדיק, האָט ער אַלעמאָל באַטאָנט, אַז מע מוז תּמיד זײַן בשׂימחה. דאָס מענטשלעכע לעבן אין עולם־הזה דויערט נישט אייביק, אָבער מע מוז דווקא אָפּשאַצן יעדן מאָמענט. אין דער מעשׂה מיט יוספֿן האָבן אַ גרויסע ראָלע געשפּילט זײַנע חלומות. חנוכּה האָט אויך, אין אַ געוויסן זין, אַ „חלומדיקן‟ טעם. די גאַנצע נאַטור ווערט פֿאַרשלאָפֿן פֿאַרן ווינטער און הייבט אָן זיך אויפֿצוּוועקן פֿונעם שלאָף, ווען די טעג ווערן לענגער אינעם קומענדיקן חודש, טבֿת.
די ליובאַוויטשער חסידים גלייבן, אַז חנוכּה איז געווען אַ פּראָטאָטיפּ פֿון י״ט כּיסלוו – דער טאָג, ווען דער גרינדער פֿון דער חב‟ד־באַוועגונג איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿונעם אַרעסט אין פּעטערבורג. נאָכן אַרעסט האָט ער דערגרייכט אַ העכערע השׂגה פֿון געטלעכע חסידות־ענינים, וואָס זייער פֿאַרשפּרייטונג האָט אַ משיחישן טעם און ברענגט די וועלט צו די גאולה־צײַטן, ווען יעדער מענטש וועט קאָנען זען די אַנטפּלעקונג פֿון דער הייליקער שכינה אינעם גאַנצן אוניווערס. דער פּאַראַדאָקסישער געדאַנק פֿון דער צײַט־תּמיד, לויט וועלכער י״ט כּיסלוו האָט משפּיע געווען אויף די חנוכּה־געשעענישן, וועלכע זענען פֿאָרגעקומען מיט איבער 2,000 יאָר פֿריִער, האָט אויך אַ חלומדיקן טעם. בלויז אין חלומות און פֿאַנטאַזיעס בײַט זיך דער עבֿר מיטן עתיד. דאָס דריידל, ווי אַן אַזאַרט־שפּילערײַ, גיט אויך צו אַ כאַאָטישן עלעמענט פֿון „חלומדיקייט‟ צום הײַנטיקן יום־טובֿ.
ר׳ נחמן באַטאָנט, אַז די מאָמענטן פֿון אונדזער לעבן חזרן זיך קיינמאָל נישט איבער. געוויינטלעך, טראַכטן מיר, אַז אַ חלום שיידט זיך אונטער פֿון דער טאָג־טעגלעכער וואָר, ווײַל יעדע נאַכט זעען מיר אינגאַנצן אַנדערע וויזיעס. אין דער אמתן, ווען מיר פּרוּוון זיך צו דערמאָנען דעם נעכטיקן טאָג, קאָנען מיר נישט ברענגען צוריק זײַן אוניקאַלע אַטמאָספֿער. די זכרונות וועגן אַ פֿאַרגאַנגענעם מאָמענט רופֿן אַלעמאָל אַרויס אַן אַנדער ריי געפֿילן און אַסאָציאַציעס. עס באַקומט זיך, אַז די רוטין־איבערחזרונג פֿונעם לעבן איז בלויז אַן אילוזיע. יעדע וואָך שפּילט אין אונדזער לעבן „די אַכטע נאָט‟ מיט אַ נײַעם טאָן פֿונעם אָנגייענדיקן דיאַלעקטישן חידוש־פּראָצעס.
אַמאָל דאַכט זיך, אַז די וועלט איז אַ גרויסע תּפֿיסה. יעדעס יאָר קומען נײַע שׂימחות, אָבער זיי בלײַבן, סוף־כּל־סוף, די זעלבע יערלעכע יום־טובֿים און משפּחה־געשעענישן. אין דער אמתן, שטעקט דער שליסל צום „חלומדיקן‟ חידוש אין אונדזער אייגן באַוווּסטזײַן. „זאת חנוכּה‟ מיינט, בוכשטעבלעך, „דאָס איז די חנוכּה‟ – דער אוניקאַלער הויכפּונקט פֿונעם יום־טובֿ. אויב מיר טראַכט זיך אַרײַן, אַז יעדער מאָמענט פֿון אונדזער לעבן איז אַן אוניקאַלע דערפֿאַרונג, וואָס מע מוז כאַפּן און אָפּשאַצן, קאָנען מיר אין זיך אַנטדעקן נײַע כּוחות, וואָס דערמעגלעכן מנצח זײַן אַלע שוועריקייטן אויף אומגעריכטע ניסימדיקע אופֿנים, אַנשטאָט זיך פֿילן פֿאַרשפּאַרט אין דער „טורמע‟ פֿון געוויינטלעכקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.