אין 2009 האָב איך אויף דער ייִדיש־וואָך זיך באַקענט מיט דער פּראָפֿעסיאָנעלער דערציילערין רייזל קירקל. אַ סימפּאַטישע פֿרוי מיט אַ וואַרעמען שמייכל, רעדט זי אויף אַ זעלטענעם היימישן ליטווישן ייִדיש. צוליב דעם וואָס זי איז יונג פֿאַר אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָב איך צו ערשט געמיינט, אַז זי איז אַ קינד פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. ווי זי האָט אָבער דערציילט אויף איר אייגנאַרטיקן אופֿן בעת אַ פּאַנעל מיט וועלכן זי האָט זיך אָנגעפֿירט, איז איר געשיכטע אַ סך מער טראַגיש.
רייזל קירקל איז געבוירן געוואָרן אין אַפּריל 1941, צוויי חדשים פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע איבער ליטע. בעת דער אָקופּאַציע איז זי מיט אירע עלטערן, ברודער און שוועסטער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער שאַוולער געטאָ. אין נאָוועמבער 1943 האָט איר מאַמע זיך דערוווּסט, אַז מע וועט באַלד מאַכן אַ קינדער־אַקציע און כאַפּן אַלע יונגע קינדער אין געטאָ. רייזלס מאַמע האָט באַהאַלטן אירע דרײַ קינדער אין אַ קליינעם בוידעם און זיי געזאָגט, אַז זיי טאָרן זיך ניט רירן פֿון אָרט אָדער מאַכן קיין פּיפּס. צום באַדויערן האָבן די דײַטשן יאָ געפֿונען זייער באַהעלטעניש און די סאָלדאַטן האָבן אַוועקגענומען איר ברודער און אים אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַן אויטאָבוס. רייזל איז דעמאָלט געווען בלויז 2 יאָר אַלט אָבער זי געדענקט נאָך דעם גרויליקן טאָג, ווײַל איר פֿאָטער האָט איר שפּעטער פּרטימדיק דערציילט וואָס איז געשען.
מיט אַ טאָג שפּעטער האָט רייזל זיך צעשיידט מיט דער מאַמען און שוועסטער אויף אייביק. אַזוי ווי אינעם באַקאַנטן ליד „אַ ייִדיש קינד‟ פֿון דער זעלביקער שאַוולער געטאָ, האָט רייזלס מאַמע איר איבערגעגעבן גוייִשע שכנים, וואָס האָבן ריזיקירט מיט זייער לעבן זי צו באַהאַלטן במשך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָר. אין דער צווישנצײַט זענען איר מאַמע און איר שוועסטער דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ. איר פֿאָטער האָט איבערגעלעבט דאַכאַו און נאָך לאַנגע חדשים פֿון אויסהיילן זיך איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין שאַוול, כּדי אָפּצונעמען זײַן טאָכטער.
ווען איך האָב זיך לכתּחילה צוגעהערט צו רייזלס האַרצרײַסנדיקע עדות־זאָגן, האָב איך שטאַרק חרטה געהאַט, וואָס איך האָב צו יענער צײַט ניט געהאַט מיט זיך מײַן קאַמערע זי צו פֿילמירן. צום גליק איז אין אַ יאָר אַרום אויך געקומען אויף דער ייִדיש־וואָך קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמערסט, מאַסאַטשוסעטס. דאָרטן האָט קריסטאַ זיך באַקענט מיט רייזלען (צופֿעליק האָבן זיי זיך געטיילט מיט אַ צימער) און געמאַכט מיט איר אַ וווּנדערלעכן אינטערוויו וועגן איר לעבן און איר אידענטיטעט ווי אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה און ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויף איר קאַריערע ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלע דערציילערין.
לעצטנס האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אַרויפֿגעשטעלט אויסצוגן פֿונעם אינטערוויו אויף זייער „יו־טוב‟־קאַנאַל מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אינעם ערשטן אויסצוג (אויבן) דערקלערט רייזל ווי אַזוי די דײַטשן האָבן געכאַפּט איר ברודער. אינעם צווייטן אויסצוג דערקלערט זי ווי אַזוי מע האָט זי אַרויסגעשמוגלט פֿון דער געטאָ און ווי אַזוי זי האָט רעאַגירט ווען זי האָט זיך ווידער באַגעגנט מיט איר פֿאָטער נאָך דרײַ יאָר פֿון צעשיידונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.