להיפּוך צו ס׳רובֿ ישׂראלדיקע זינגערס וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים אָבער זענען געוואָרן באַרימט אויף העברעיִש, בלײַבט חוה אַלבערשטיין געטרײַ אירע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען.
אַ געבוירענע אין שטשעטשין, פּוילן, אין 1947, האָט זי מיט איר משפּחה זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1950, וווּ זי איז צו 16 יאָר געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין. הײַנט בלײַבט זי, מיט 80 אַלבאָמען שפּעטער, איינע פֿון די באַליבטסטע זינגערינס אין ישׂראל און דער גרעסטער שטערן צווישן די הײַנטצײַטיקע ישׂראלדיקע זינגערס מחוץ דער חסידישער וועלט, וואָס טרעטן אויף רעגולער מיט ייִדישע לידער.
אַחוץ דעם וואָס אַלבערשטיין זינגט ייִדישע לידער, קאָמפּאָנירט זי אויך מוזיק צו באַגלייטן די ווערק פֿון ייִדישע פּאָעטן. צווישן אירע באַליבטע ייִדישע פּאָעטן געפֿינט מען אַ ריי ישׂראלדיקע ייִדישע פּאָעטן, אַרײַנגערעכנט בינעם העלער, ישׂראל פּאַפּיערניקאָוו, אַבֿרהם סוצקעווער, און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מיט וועמען זי האָט זיך געחבֿרט אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. פֿון איר באַקאַנטשאַפֿט מיט זיי האָט זי געהאָלפֿן שאַפֿן דעם דאָקומענטאַר „צו פֿרי צו זײַן שטיל, צו שפּעט צו זינגען‟ (1995), וואָס גיט איבער אַ פּרעכטיקע באַשרײַבונג פֿון די לעצטע ייִדישע פּאָעטן אין ישׂראל וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן.
יוסף פּאַפּיערניקאָוו, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1897 און איז געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1993, איז געווען צווישן די אַקטיווסטע פּאָעטן, אויב ניט דער סאַמע אַקטיווסטער, אין דער ייִדישער מדינה. במשך פֿון 52 יאָר (1935־1987) האָט ער אַרויסגעלאָזט אין תּל־אָבֿיבֿ 24 בענד פּאָעזיע. זײַן סאַמע פּאָפּולערסט ליד „זאָל זײַן‟ האָט ער אָנגעשריבן אין די 1930ער יאָרן, ווען ער האָט נאָך געלעבט אין פּוילן, וווּ עס איז אין גיכן געוואָרן אַ שלאַגער סײַ דאָרטן, סײַ אין אַמעריקע און ישׂראל. חוה אַלבערשטיינס נוסח פֿונעם ליד האָט עס ווידער פּאָפּולאַריזירט אין ישׂראל אין די 1980ער יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.