איינע פֿון די הויפּט־מעלות פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיקוועלט איז אַז די גרויסע שטערנס טרעטן אויף צוזאַמען אַ סך אָפֿטער ווי, להבֿדיל, בײַ די פּאָפּ־זינגער.
לעצטנס האָט דער גרויסער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר דודי קאַליש פֿון ישׂראל פֿאָרגעשטעלט מאָטי אילאָוויטשס „אשת חיל‟ באַנאַנד מיטן זינגער לוי פֿאַלקאָוויטש, דעם „ידידים־כאָר‟ און אַ ריזיקן אָרקעסטער דיריגירט פֿון יוסי שטענדיג.
כאָטש דער ניוואָ פֿון די פֿאָרשטעלונגען אין דער חסידישער וועלט שטײַגט וואָס העכער און העכער, איז דער דאָזיקער אויפֿטריט בפֿרירוש אימפּאָנירנדיק. די הויכע טענער פֿון קאַלישס קול מישן זיך פּערפֿעקט צונויף מיט לוי פֿאַלקאָוויטשס פּרעכטיקער שטים, און די שיינע האַרמאָניעס פֿונעם „ידידים־כאָר‟ באַגלייטן זיי פּערפֿעקט. די מוזיק, פֿאָרגעשטעלט דורך אַן אָרקעסטער פֿון איבער 30 אינסטרומענטן, איז ניט צו שטאַרק ווי עס טרעפֿט זיך בײַ אַ סך חסידישע פֿאָרשטעלונגען, נאָר גוט צוגעפּאַסט צו די זינגער. בקיצור, ס׳איז אַ געלונגענע פֿאָרשטעלונג, וואָס הייבט אַרויס אילאָוויטשס ווערטער, וועלכע שטעלן פֿאָר דאָס ייִדישע פֿאָלק ווי גאָטס „אשת־חיל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.