לעצטנס האָט דער שטאָטישער קינדער־כאָר פֿון לאָדזש, פּוילן זיך פֿאַרבינדן מיט אונדז דורך „פֿייסבוק‟, כּדי מפֿרסם צו זײַן דעם פֿאַקט, וואָס דער כאָר שטעלט פֿאָר ייִדישע לידער.
פֿאַר וואָס דווקא ייִדישע לידער? ווי דער כאָר דערקלערט אויף „יו־טוב‟, זענען די „פּוילישע און ייִדישע קולטורן דאָך געקניפּט און געבונדן. מיר האָבן געוווינט צוזאַמען אין די זעלביקע שטעט און שטעטלעך במשך פֿון יאָרהונדערטער. לאָדזש איז אַוודאי געווען אַ ספּעציעלע שטאָט מיט אַ ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿאַר דער מלחמה. אונדזער מוזיק, קונסט, עסן און געדאַנקען זענען געווען צונויפֿגעמישט. די צוויי נאַציעס זענען געווען גאַנץ נאָענט. מע קען עס אפֿשר ניט דערשפּירן ביז מע רעדט איינעם מיטן צווייטן און הייבט אָן זיך צו באַקענען. דערפֿאַר ווילן מיר פֿאַרזיכערן, אַז אונדזערע קינדער דערוויסן זיך וועגן דער ייִדישער געשיכטע און וועגן דער געשיכטע פֿון אונדזער שטאָט.‟
„אין לאָדזש איז געווען אַ טרויעריק־באַרימטע געטאָ מיטן נאָמען ׳ליצמאַנשטאַט׳, וווּ אַ סך מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן. מיר ווילן פֿאַרזיכערן, אַז מע וועט דאָס קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן. די קינדער ווערן טיף גערירט ווען זיי זינגען די לידער פֿונעם לאָדזשער געטאָ.‟
כאָטש דער וואָס האָט געשריבן אויף „יו־טוב‟ מיינט, אַז דער מחבר פֿונעם ליד איז אומבאַקאַנט און אַז דאָס ליד שטאַמט פֿונעם לאָדזשער געטאָ ווייסט מען יאָ, אַז כּתריאל ברוידאָ (1907־1945) האָט עס אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ ווי אַ טייל פֿון זײַן פּיעסע „מע קען גאָרניט וויסן.‟ די אָפֿטע לייענער פֿון „עונג־שבת‟ וועלן דערקענען דאָס ליד, ווײַל מע האָט אויפֿגעשטעלט קאַראָל טעלערמאַנס נוסח מיט 6 וואָכן צוריק. טעלערמאַן איז געווען פֿון לאָדזש און האָט דאָס ליד באַקאַנט געמאַכט אין אַמעריקע נאָך דער מלחמה. מסתּמא דערפֿאַר מיינט דער וואָס פֿירט אָן מיטן כאָרס „יו־טוב‟־קאַנאַל, אַז דאָס ליד שטאַמט פֿון לאָדזש.
ווי עס זאָל ניט זײַן, שטעלט דער לאָדזשער קינדער־כאָר פֿאָר אַ פּרעכטיקן נוסח פֿונעם ליד אויף די חורבן־אָנדענק־צערעמאָניעס אין זייער שטאָט. די יונגע סאָלאָיִסטקע הייסט זוזאַנענאַ מאַציאַטשעק. אינעם דאָזיקן ווידעאָ זינגען די קינדער אויף אַ חורבן־אָנדענק־צערעמאָניע בײַ דער באַנסטאַנציע ראַדעגאַסט, פֿון וועלכן מע האָט געפֿירט די ייִדן פֿון דער געטאָ ביז כעלמנאָ און אוישוויץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.