Oyneg Shabes

ווידעאָ: געניטונג־ליד אין זומער־לאַגער „קראַסנאַ”

Video: Camp Krasna Exercise Song

  • Print
  • Share Share

אַז דאָס באַוועגן זיך און מאַכן געניטונגען (אָדער „איבונגען‟, ווי אַנדערע זאָגן אויף ייִדיש, אָדער „עקסערסײַז‟, ווי מע זאָגט הײַנט בײַ די חסידים) שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם בלײַבן געזונט ווייסט יעדער איינער. נאָר ווי אַזוי זאָל מען דערמוטיקן מענטשן, בפֿרט קינדער, צו מאַכן געניטונגען? איין אופֿן איז צו שאַפֿן אַ ליד, וואָס חזרט איבער אַ רוטין. אַזעלכע „געניטונג־לידער‟ פֿאַר קינדער (און אַ מאָל אויך פֿאַר דערוואַקסענע) זענען פּאָפּולער איבער דער גאַנצער וועלט.

לעצטנס האָט דער זומער־לאַגער „קראַסנאַ‟ אין מאָנטיסעלאָ, ניו־יאָרק אַרויסגעלאָזט אַ שטאַרק־חנעוודיקן מוזיק־ווידעאָ פֿון אַ נײַעם ליד, די Exercise Song (געניטונג־ליד), וואָס ווײַזט ווי אַ ריזיקע גרופּע קינדער מאַכט געניטונגען, פֿאָלגנדיק די באַפֿעלן פֿונעם ליד. די „עקסערסײַז־סאָנג‟, ווי עס הייסט פּשוט, זעט אויס ווי אַ געמיש פֿון עלעמענטן וואָס זענען ענלעך צום אַמעריקאַנער ליד Head, Shoulders, Knees and Toes („קאָפּ, אַקסלען, קניִען און פֿינגער פֿון די פֿיס‟) און פּאָפּולערע טענץ פֿון די 1990ער יאָרן ווי די „מאַקאַרענאַ‟, באַנאַנד מיט פּאָפּ־לידער פֿון דער זעלביקער תּקופֿה. ס׳איז גרינג צו געדענקען און דערמעגלעכט די קינדער טאַקע זיך צו רירן אַ סך. דערצו זעט עס אויס לויט אַ צווייטן פֿילם, וואָס מע האָט געמאַכט אינעם לאַגער, אַז די קינדער האָבן טאַקע אַ סך הנאה.

פֿאַר די וואָס קענען ניט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש קען דאָס ליד אויך דינען ווי אַ טשיקאַווע לעקציע כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם דיאַלעקט. אַ פּאָר בײַשפּילן: בײַ די חסידים גיט מען אָפֿט צו אַ „סמך‟ בײַם סוף פֿונעם באַפֿעל־פֿאָרם פֿון אַ ווערב, למשל, „קומטס‟ אַנשטאָט „קומט‟. אַזוי אַרום פֿאָדערט דאָס ליד „הערטס‟, „טוטס‟ און אַזוי ווײַטער. „הויך‟ רעדט מען אַרויס „הויעך‟, אַז עס גראַמט מיט „כּוח‟. און מע נוצט אַמאָל דעם פּראָנאָם „עץ‟, וואָס אויף כּלל־ייִדיש איז „איר‟.

דאָס ליד האָט אָנגעשריבן און פּראָדוצירט שלומי שטיינמעץ, און די מוזיק האָט געשפּילט הערשי לאָקער. די צוויי יונגע סאָלאָיִסטן שלום רובין און משה האָלצלער ווערן באַגלייט פֿונעם כאָר פֿון „קעמפּ־קראַסנאַ‟. אָט זענען די ווערטער צום ליד אינעם אָריגינעלן חסידישן אויסלייג.

קינדערלעך קומטס יעדער איינער,
לאמיר זיך אויסזשוכענען די ביינער,
לאמיר זיך דעפרישן און מאכן עקסערסייז!
וויאזוי מאכט מען עקסערסייז?

פון די פלאץ שטעלט מען זיך אויף און מהייבט די הענט ארויף,
יעדער צוזאמען לאמיר זען.
בייג דיין הענט די רעכטע זייט און יעצט צי די לינקע זייט,
זענט עטס גרייט צו וואס גייט יעצט געשען.

זענט עטס גרייט? יא!
זענט עטס גרייט? נ’וודאי!
זענט עטס גרייט? זיכער!
נו, געגאנגן

הערטס מיך אויס געשווינד ווייל אזוי וועט זיין געזונט,
די ערבלעך טוהט’ס אויפקאטשן, צוזאמען הייבט’ס אן פאטשן,
הויעך געב א שפרינג אפילו ס’איז נישט גרינג קלאפ דיין פיס און מאך א קלינג,
נעם איין טריט צי די רעכטע זייט אין 2 מאל געב א קלאפ
בייג דיך אויף אראפ יעצט דיין אטעם געב א כאפ.
דריי דיין הענט ארום ביז צומישט ווערן זיי צוזאמען ציילט איין צוויי דריי….

איינס! צוויי! דריי!

שפרינג זייער הויעך מיט די גאנצע כח, יעצט אויף איין פיס ס’זאל גיין א רויעך
מיט ביידע הענט שווים יעצט שאקל זיי אומעטום און דריי זיך שנעל ארום.

הייב אן פאטשן מיט א חיות הער ווי אזוי איך טו עס,
פאטש פאטש, פאטש פאטש פאטש, יעצט הייב אן לויפן שנעל אין א גרויסע שמייכל שטעל,
כאפ אן דיין קאפ, אקסל, קני
אוי מאכסטו עס גיט, אבער נאך ווי,

קאפ אקסל קני
קני אקסל קאפ
קאפ קני אקסל קאפ, סטאפ!

פריז!

אה הא הא יעצט שפיל אויף א פידל
אה הא הא יעצט קלאפ אויף א דראם
אה הא הא יעצט פייף מיט א טראמפייטער
אה הא הא יעצט זינג מיט, מיט מיר

“אה הא הא מחנה אהל ברוך
אה הא הא אהל ברוך קראסנא קעמפ

מאך זשאמפינג זשעק’ס פיר ביסט אויסגעמוטשעט? אוי וויי דיין כוחות נישט פארליר יעדער שרייט יעי,
יעצט הויעך געב א שפרינג אפילו ס’איז נישט גרינג קלאפ דיין פיס און מאך א קלינג ,

נעם איין טריט צי די רעכטע זייט און 2 מאל געב א קלאפ בייג דיך אויף אראפ יעצט דיין אטעם געב א כאפ.
דריי די הענט ארום ביז צומישט ווערן זיי.
צוזאמען ציילט איינס צוויי דריי…
איינס! צוויי! דריי!

שפרינג זייער הויעך מיט די גאנצע כח, יעצט אויף איין פיס ס’זאל גיין א רויעך
מיט ביידע הענט שווים יעצט שאקל זיי אומעטום און דריי זיך שנעל ארום.

הייב אן פאטשן מיט א חיות הער ווי אזוי איך טו עס,
פאטש פאטש, פאטש פאטש פאטש, יעצט הייב אן לויפן שנעל אין א גרויסע שמייכל שטעל,
כאפ אן דיין קאפ, אקסל, קני
אוי מאכסטו עס גוט, אבער נאך ווי,

קאפ אקסל קני
קני אקסל קאפ
קאפ קני אקסל קאפ, סטאפ!

פריז!

אה הא הא יעצט שפיל אויף א פידל
אה הא הא יעצט קלאפ אויף א דראם
אה הא הא יעצט פייף מיט א טראמפייטער
אה הא הא יעצט זינג מיט, מיט מיר

“אה הא הא מחנה אהל ברוך
אה הא הא אהל ברוך קראסנא קעמפ