ס׳איז געווען אַ זונטיק פֿאַר ראָש־השנה.
דער שנעלצוג, ניו־יאָרק־שיקאַגע, איז אָנגעלאָפֿן, ווי אַ שד, מיט אַ פֿײַפֿערײַ, מיט אַ סאָפּערײַ. פּאַסאַזשירן האָבן זיך גענומען אַרויסשיטן פֿון די וואַגאָנעס. טייל האָבן זיך געטראָגן צום אַרויסגאַנג, אַנדערע זענען געבליבן שטיין. פֿונעם לעצטן וואַגאָן איז אַרויסגעקומען ר׳ יוסל חזן, אַ געוויקסיקער ייִד, מיט אַ געוויקסיקער, שוואַרצער באָרד, וואָס האָט זיך שוין געגרויט אין די שפּיצן און מיט אַ רבנישן קאַפּעליוש. ער איז געפֿאָרן דאַוונען אויף די ימים־נוראָים צו זײַנע לאַנדסלײַט, צו די מלאַווער. ר׳ יוסל האָט אַוועקגעשטעלט די וואַליז, וואָס ער האָט געהאַלטן אין דער האַנט, און זיך גענומען אַרומקוקן, געזוכט מיט די אויגן די דעלעגאַציע פֿון דער שיל „אַנשי־מלאַווע‟, וואָס האָט אים געדאַרפֿט אָפּוואַרטן. אין דער אמתן האָט זיך ר׳ יוסל געקווענקלט, צי ער זאָל פֿאָרן קיין שיקאַגע. ער איז גיכער געווען אַ חזן אַ „זאָגער‟, ווי אַ זינגער. דערצו אַ חסיד און אַ ירא־שמים. און דאָ אַזאַ ווײַטע נסיעה. די לאַנדסלײַט זענען אָבער צוגעשטאַנען, האָבן באַטראָטן אַ הונדערטער און נאָך אַ הונדערטער. ס׳ווײַב, די קינדער האָבן זיך אַרײַנגעמישט — „פֿאָר יוסל, פֿאָר טאַטע‟ — איז ער געפֿאָרן. איז וווּ זענען די ייִדן, וואָס דאַרפֿן אים אָפּוואַרטן?
די גבאָים פֿון דער שיל „אַנשי־מלאַווע‟, בערל שנײַדער און ברוך קצבֿ, האָבן דערזען דעם ייִד מיט דער באָרד און זיך אַ כאַפּ געטאָן:
— דאָס דאַרף ער זײַן.
— ס׳זעט אַזוי אויס.
ברוך קצבֿ, ברייטער ווי העכער, האָט זיך אַ לאָז געטאָן צו ר׳ יוסלען. מיט דער רעכטער האַנט האָט ער אים אָפּגעשטעקט אַ „שלום־עליכם‟, און מיט דער לינקער האָט ער בײַ אים צוגענומען דעם וואַליז. בערל שנײַדער איז אונטערגעקומען:
— כ׳האָב אײַך באַלד דערקענט, ר׳ יוסל.
— און איך דיך אויך — האָט דער חזן אים אַרײַנגעשטעקט אַ ווייכע, וואַרעמע האַנט — ביסט דאָך בערל? האָסט אַ מאָל נישט געזונגען בײַ מיר ימים־נוראָים אין מלאַווע?
— איר געדענקט, ר׳ יוסל — האָט בערל שנײַדער אָנגעקוואָלן.
ברוכס אויטאָמאָביל איז געשטאַנען אין אַ זײַטיק, פֿינצטער געסל. ברוך האָט זיך געזעצט בײַם רעדל, און אַז דער חזן מיט בערלען זענען אַרײַן, האָט פֿאַרקלאַפּט נאָך זיך ס׳טירל, האָט ברוך קצבֿ געלאָזט וויסן:
— מיר פֿאָרן גלײַך אין שיל אַרײַן.
— אין שיל אַרײַן? — האָט ר׳ יוסל זיך געחידושט.
— די לאַנדסלײַט וואַרטן אויף אײַך.
דער אויטאָמאָביל האָט זיך געדרייט איבער גאַסן און געסלעך, האָט זיך געהויבן באַרג־אַרויף, האָט זיך געטראָגן באַרג־אַראָפּ, אונטערגעשפּרונגען און ווידער זיך געדרייט. דער חזן האָט נישט געוווּסט וועמען פֿריִער צו ענטפֿערן — ברוכן צי בערלען? ביידע האָבן אים באַוואָרפֿן מיט שאלות, געהאַלטן זיך אין איין נאָכפֿרעגן אויף קרובֿים, אויף לאַנדסלײַט, וואָס האָבן געוווינט אין ניו־יאָרק. און אַז עס איז אַ רגע שטיל געוואָרן, האָט דער חזן אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם און זיך געפֿרעגט:
— איז דער פּרעזידענט אײַערער, מעקס סמיט, אַ מלאַווער? כ׳קען דאַכט זיך, גאַנץ מלאַווע און אַזאַ נאָמען געדענק איך נישט.
ביידע גבאָים האָבן זיך צעלאַכט.
— אַוודאי אַ מלאַווער, — האָט דער קצבֿ שנעלער גענומען טרײַבן דעם אויטאָמאָביל, — ווי נאָר ער האָט אָנגעהויבן רײַך צו ווערן האָט ער געביטן דעם נאָמען. כ׳וועל אײַך באַלד זאָגן, ר׳ יוסל, ווער אונדזער פּרעזידענט איז פֿון דער היים. ער איז שוין לאַנג דאָ, איבער פֿערציק יאָר. זײַן פֿאָטער האָט איר געוויס געקענט, דעם רויטן כאַצקל מיט דער פּאָפּוגײַ.
— כאַצקל קאַטערינאַזש? דער מיט דער קאַטערינקע?
— אײַ, אײַ, ר׳ יוסל געדענקט — האָט בערל שנײַדער זיך אַ כאַפּ געטאָן פֿון פֿרײַד פֿאַרן קאָפּ. — מע האָט אים טאַקע אַזוי גערופֿן.
— אונדזער פּרעזידענט, מעקס סמיט, איז כאַצקלס עלסטער זון, — האָט דער קצבֿ גערעדט זײַנס, — ער איז שטיין רײַך, האָט אַ שוך־פֿעקטאָרי (פֿאַבריק), האָט אַ זון אַ דאָקטער, האָט אַן איידעם אַ דאָקטער. פֿרעגט מען אים אָבער ווער ער איז פֿון דער היים, מאַכט ער זיך געפּגרט. ער ווייסט נישט, ער איז גאָרנישט קיין מלאַווער. ער קומט פֿון אַ דערפֿל לעבן מלאַווע. אַזאַ נבֿלה, שעמט זיך מיטן פֿאָטער, שעמט זיך מיטן פֿאָטערס ייִחוס. און איר, ר׳ יוסל, אויב איר ווילט נישט קאַליע מאַכן, זאָלט איר למען־השם, קיין זאַך נישט דערמאָנען. איר קענט אים נישט, ער קען אײַך נישט — איר זענט פֿרעמדע. אַזוי איז מעקס אַ גוטער יונג. אַ פֿרעס, אַ טרונק און דער עיקר — ער האָט שטענדיק אַן אָפֿענע קעשענע. דאַרף מען אַרויסהעלפֿן אַ געפֿאַלענעם „ברודער‟, מעקס זאָגט זיך נישט אָפּ.
די צוויי לאָמפּן פֿאַר דער שיל האָבן געריסן די אויגן. דער חזן האָט נישט געדענקט, ווען ער איז אַרויס פֿונעם אויטאָמאָביל, ווען ער איז אַרײַן אין דער שיל. וווּ אַ קער — באַקאַנטע פּנימער, וואָס ער האָט ייִנגלווײַז געזען, וואָס ער האָט בחורווײַז געזען, די פּנימער האָבן געשמייכלט צו אים: „אונדזער ר׳ יוסל, אונדזער חזן‟. אויס ניו־יאָרק, אויס שיקאַגע. דער חזן האָט דערזען פֿאַר זיך די מויערן, וואָס אין מאַרק, דערזען שטיבלעך געדעקט מיט דאַכעווקעס, געדעקט מיט שינדלען, מיט שטרוי. ער האָט געזען די וואַרשעווער גאַס, די פּלאָצקער גאַס, ס׳שיל געסל. גאַנץ מלאַווע האָט אויפֿגעלעבט אין אים, אַרויסגערעדט פֿון אים, אויפֿגעלעבט אין די עטלעכע הונדערט אויגן, טונקעלע אויגן, ליכטיקע אויגן, וואָס האָבן אַרויפֿגעקוקט צום חזן, געשלונגען יעדעס וואָרט זײַנס, אָנגעקוואָלן און מיטגעזונגען די שטיקער פֿון די ימים־נוראָים תּפֿילות, וואָס ר׳ יוסל האָט גיכער „געזאָגט‟, ווי געזונגען. און ר׳ יוסל אַליין? יעדע פּאָר אויגן זענען נישט בלויז געווען אים גוט באַקאַנט, נאָר זיי האָבן אויך בײַ אים געהאַט אַ נאָמען, געהאַט אַ צונאָמען. אָט איז משה שקאָפּ, אָט איז פּינחס אָגער און אָט וואָלף פּויער…
הענט אין די צענדליקער האָבן זיך גענומען הייבן מיט אַ פּאַטשערײַ, זיך געצויגן צו ר׳ יוסלען:
— ס׳איז דער אַמאָליקער ר׳ יוסל!
— זײַן „זאָגן‟ איז דאָך צוקער זיס!
גוט! גוט!
— יעדעס וואָרט איז צו קושן.
ברוך קצבֿ האָט זיך דורכגעשטופּט מיט די עלנבויגנס צווישן עולם, געמאַכט פּלאַץ פֿאַרן פּרעזידענט, וואָס איז געווען העכער און ברייטער פֿונעם געוויקסיקן חזן. דער קצבֿ האָט אים פֿאָרגעשטעלט:
— ברודער פּרעזידענט, באַקענט זיך, — דאָס איז דער מלאַווער חזן.
— ווער איר זענט ווייס איך נישט, — האָט דער פּרעזידענט געגעבן דעם חזן די האַנט. — איך אַליין בין נישט קיין מלאַווער, אָבער דאַוונען קאָנט איר. ס׳איז געווען גוט. גאָר גוט. איצט וועלן מיר צופֿאָרן אין אַ רעסטאָראַן, אין אַ כּשרן, עפּעס טועם זײַן. אַרום דעם פּרעזידענט האָבן זיך גענומען דרייען משרתים, זיך געשאַרט הינטער אים, ווי אַ לײַבוואַך.
אין רעסטאָראַן, וווּ ס׳איז געווען געדעקט אַ לאַנגער טיש, האָט מען דעם פּרעזידענט מיטן ווײַב באַזעצט אויבן אָן. רעכטס פֿונעם פּרעזידענט — דעם חזן, לינקס — בערל קצבֿ. בײַם עסן, אַז מע האָט גענומען צו עטלעכע גלעזער שנאַפּס, האָט מען זיך צערעדט וועגן מלאַווע. מע האָט דערמאָנט זאַכן, וואָס מע האָט געהערט פֿון טאַטעס, פֿון זיידעס און עלטער־זיידעס. בלויז דער פּרעזידענט האָט געשוויגן. ער האָט אַ סך געגעסן, שפּאָר אַרײַנגעגאָסן בײַם עסן און געשוויגן. אַרום צוועלף האָט ס׳ווײַב אַ זאָג געטאָן צום מאַן:
— ס׳איז שוין האַלבע נאַכט, מעקס.
— איז וואָס?
— די קינדער וואַרטן אויף אונדז.
— זאָלן זיי וואַרטן, די יחסנים, די דאָקטוירים מײַנע.
— איך בין מיד.
— גיי, ווער האַלט דיך? די קלוגע רייד, וואָס כ׳הער פֿון דיר אַ גאַנץ לעבן, וועל איך דאָס מאָל נישט הערן — האָט דער פּרעזידענט אַ זאָג געטאָן אויפֿן קול. — גיט מיר אין קאָן אַרײַן, אַז זי וועט אויך גיין, גיי, גיי!
— מעקס, האָסט שוין גענומען אַן איבעריקן שנעפּסל? — האָט ברוך קצבֿ אים געוואָלט אײַננעמען מיט גוטן.
— דו, ברוך שינדער, דו שווײַג, — האָט דער פּרעזידענט שיכּורלעך זיך צעלאַכט, — מײַנע קינדער, די דאָקטוירים, שעמען זיך מיטן פֿאָטער, מיט מעקס סמיטן, דו אָבער, ברוך, דו ביסט דאָך דער זעלבער יחסן, וואָס איך. געדענקסטו, ברוך, ווי מיר זענען אין מלאַווע צוזאַמען געגאַנגען צו שיקסעס?
דער עולם אַרום טיש האָט זיך צעלאַכט. דער פּרעזידענט האָט זיך אַ בויג געטאָן צום חזן, אים אײַנגערוימט אין אויער אַרײַן, אַז אַלע האָבן געהערט:
— מלאַווער חזן, כ׳קאָן נישט שווײַגן, כ׳קאָן נישט. כ׳בין אויך אַ מלאַווער. כ׳געדענק אײַך און כ׳געדענק אײַער פֿאָטער, דעם אַלטן מלאַווער חזן. איר האָט נאָר וואָס דערמאָנט דאָס שילגעסל. דאָרט בין איך געבוירן געוואָרן. איר האָט מײַן טאַטן גוט געקענט. ווער האָט נישט געקענט אין מלאַווע דעם רויטן כאַצקל? כאַצקל קאַטערינאַרדזש מיט דעם פּאָפּוגײַ? האָסט אים געקענט, האַ? — איז דער פּרעזידענט איבערגעגאַנגען אויף „דו‟, — וואָס שווײַגסטו?
— אַוודאי האָב איך אים געקענט — האָט ר׳ יוסל זיך פֿאַרלוירן.
— זאָלסט וויסן, אַז כאָטש מײַן טאַטע האָט געהאַט אַ הינטישע פּרנסה, איז ער אָבער געווען אַן ערלעכער ייִד, וואָס האָט אַ גאַנצן יום־כּיפּור געוויינט, און איך, מעקסל, אַזאַ הינטישער זון, שעם זיך מיטן טאַטן. פֿון הײַנט אָן — נישט מער, מלאַווער חזן, נישט מער — האָט ער זיך אַ קער געטאָן צו די לאַנדסלײַט — איר הערט לאַנדסלײַט, איך בין אויך אַ געבירטיקער אין מלאַווע. כ׳בין דעם רויטן כאַצקלס עלסטער זון, כ׳הייס מאַנעס, נישט מעקס. וואָס שווײַגט איר, לאַנדסלײַט, לאָזט זיך וווילגיין אויף מײַן חשבון! ווײַן, שנאַפּס, וואָס איר ווילט אויף מײַן חשבון. העי, וווּ איז ער, דער באַלעבאָס פֿונעם רעסטאָראַן? און איר, ר׳ יוסל, כ׳זאָג אײַך צו, בלי־נדר, דעם ראָש־השנה, דעם יום־כּיפּור, וועט מײַן פֿוס נישט אַרויס פֿון שיל. איר גלייבט מיר?
— כ׳גלייב דיר, מאַנעס, כ׳גלייב דיר, — האָט ר׳ יוסל נישט געוווּסט וואָס צו טאָן און געזאָגט: — צוליב דעם אַליין האָט שוין געלוינט מײַן קומען אויף ימים־נוראָים קיין שיקאַגע. צוליב דעם אַליין, מאַנעס, וועלן מיר, מלאַווער, זיך אויסבעטן אַ גוט יאָר.
(1930)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.